רוי:ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג
די ארגאַניזאַציע פאַר עקאנאמישע קאאפעראַציע און אַנטוויקלונג (OECD, ענגליש: Organisation for Economic Co-operation and Development, פראַנצויזיש: Organisation de coopération et de développement économiques) איז אן אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע מיט 33 מיטגלידלענדער, הויפטקווארטירט אין פאריז, פראנקרייך. זי איז געגרינדעט געווארן אין 1948 אלס די ארגאניזאציע פאר אייראפעאישער עקאנאמישער קאאפעראציע אבער שפעטער האט מען אריינגעלאזט אויך נישט אייראפעישע לענדער, און פארוואנדלט אין דער היינטיגער ארגאניזאציע אין 1961.
ציל
די ארגאציזאציע איז א פארום פאר לענדער פארפליכטעט צו דעמאקראטיע און מארק־עקאנאמיע. זי אינטערעסירט זיך אין עקאנאמישע, סביבהדיקע און סאציאלע פראגעס.
מיטגליד לענדער
אצינד האט די ארגאניזאציע 33 מיטגלידער, וואס וועט ווערן 34 ווען עסטלאנד טרעטן זיך אריין. פון די 34, ווערן טשילע, מעקסיקא, פוילן און טערקיי (באצייכנט מיט *) פאררעכנט העכערע מיטלשטאנד עקאנאמיעס דורך דער וועלט באנק. די איבריגע מיטגלידער ווערן פאררעכנט אייבערשטאנד עקאנאמיעס.[1][2]
גרינדער מיטגלידער (1961):
אריינגענומען שפעטער (כראנאלאגישע רשימה מיט יאר פון ארייננעמען):
|
|
די אייראפעאישע קאמיסיע באטייליגט זיך מיט דער ארבעט פון OECD צוזאמען מיט די אייראפעאישער פארבאנד מיטגליד שטאטן.[3]
רעפערענצן
- ↑ "לאנד גרופעס. אייבערשטאנד OECD מיטגלידער". די וועלט באנק. Retrieved 2009-01-23.
- ↑ "לאנד גרופעס. אייבערשטאנד עקאנאמיעס". די וועלט באנק. Retrieved 2010-05-10.
- ↑ מיטגליד לענדער
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!