רוי:ארבעה מינים
די פיר מינים זענען לולב, אתרוג, הדס און ערבה. אין די יידישע תורה איז עס איינע פון די מצוות און מען דארף זיי ביי די אלע זיבן טעג פון יום טוב סוכות, אזוי ווי עס שטייט: וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים. ויקרא (כ"ג מ)
מען נעמט איין לולב, איין אתרוג, דריי הדסים (מען מעג נעמען מער ווי דריי הדסים) און צוויי ערבות.
די מקורות אין דער הייליגער תורה און ביי חז"ל
אין דער הייליגער תורה ויקרא (כ"ג מ) שטייט: וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים.
חז"ל לערנען ארויס פון דעם פסוק אז פון דערתורה מוז מען שאקלען מיט די ארבעה מינים און א יעדן פלאץ נאר דעם ערשטן טאג פון סוכות (ולקחתם לכם ב"יום הראשון"), אבער אין בית המקדש ("לפני ה' אלקיכם") האט די תורה געהייסן די גאנצע זיבן טעג ("...שבעת ימים").
נאך דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש, האבן די חז"ל פארברייטערט די מצוה און האבן געמאכט א תקנה אז מען מוז שאקלען די ארבעה מינים די גאנצע זיבן טעג אפי' אויסער דעם בית המקדש, אז עס זאל זיין א זכר למקדש. דערפאר איז מען היינט מקיים די מצוה אלע זיבן טעג, ווי אויך עס אנגערופן א מצוה דרבנן.
אויך האבן חז"ל גוזר געווען אז מען זאל נישט שאקלען די ארבעה מינים און שבת, (אזוי ווי ביי שופר און מגילת אסתר), ווייל מען איז חושש אז מען וועט דאס אריבער פירן פיר אמות אין א רשות הרבים (וואס דאס איז איינע פון די מלאכות וואס איז פארבאטן שבת).
ברכות און מנהגים
ברכות
פארן שאקלען לולב זאגט מען די פאלגנדע ברכה: ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם, אשר קדשנו במצותיו, וציונו על נטילת לולב. אום ערשטן טאג זאגט מען אויך די ברכה פון שהחיינו: ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
מנהגים
- עס איז דא ה"יהי רצון" וואס מען פירט זיך צו זאג פארן מאכן די ברכה.
- טייל פירן זיך צו שאקלען דווקא און דער סוכה.
- מען שטייט מיטן פנים צו מזרח, און מען שאקלט דריי מאל אין יעדער ריכטונג: רעכטס, לינקס, פארנט, ארויף, אראפ, און הינטן (לויטן אר"י)[1] אדער פארנט, רעכטס, הינטן, לינקס, ארויף און אראפ ד"ה מזרח, דרום, מערב, צפון, מעלה, מטה.[2]
טעם
- חז"ל ברענגען דעם פסוק אָז ירַננו עצי היָעַר תהלים צו
- מען שאקלט דאס זיך צו ערוועקן מיט פרייד צו אפגעבן לויב און דאנק פאר די גוטע פלאנצונגן.[מקור פארלאנגט]
רעפערענצן
סוכות | ||
---|---|---|
טעג | יום טוב ראשון • חול המועד סוכות • הושענא רבא • שמיני עצרת • שמחת תורה | |
סוכה | סכך • עסן אין סוכה • שלאפן אין סוכה • לישב בסוכה • אושפיזין • מצטער פטור מן הסוכה • תשבו כעין תדורו • מעמיד • דופן עקומה • הלכות סוכה | |
ארבעה מינים | אתרוג, לולב, הדס און ערבה • הלכות ארבעת המינים • קיישעלע | |
מנהגים | הושענות • הקפות • חיבוט ערבה • זכר לשמחת בית השואבה • תיקון ליל הושענא רבא | |
מצוות בזמן בית המקדש |
מצוות ערבה במקדש • הקפת המזבח • ניסוך המים • שמחת בית השואבה • הקהל • שלמי שמחה | |
שמיני עצרת און שמחת תורה | תפילת גשם • וזאת הברכה • שמחת תורה פאן • הקפות פון שמחת תורה • הקפות שניות | |
תפילות און פיוטים | הושענות (כהושעת אלים) • פיוטי הגשם (אף ברי · זכור אב · שפעת רביבים) • מפי קל • סוכה ולולב לעם סגולה • משה אמת | |
פארשידנס | שמחת יום טוב • מסכת סוכה • סהרנה | |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!