רוי:אלפבאך

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אלפבאך (דארף)
Alpbach sommer.jpg
א בליק אויף אלפבאך, זומער
מדינה / טעריטאָריע Flag of Austria.svg עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 47°23′54.72″N 11°56′38.06″E / 47.3985333°N 11.9439056°E / 47.3985333; 11.9439056 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער מארקוס בישאפער
שטח 58.37 קוואדראט ק"מ
הייך 975 מעטער

 ‑ אין דארף

2,561‏  (שטייענדיג 2018)

אלפבאך (דייטש: Alpbach) איז א בארימט דארף אין מערב עסטרייך וועלכער געפונט זיך אין דעם קופשטיין דיסטריקט אין דעם לאנד פון טיראל, הארט אין די אלפן בערג.

פאקטן איבער אלפבאך

דאס דארף האט שוין עטליכע מאל געווינען א קאנקורענץ און באקומען דעם טיטל "דאס שענסטע דארף אין עסטרייך"[מקור פארלאנגט], צוליב זיין הערליכן לאנדשאפט מיט וועלכן עס איז געבענטשט געווארן, און וועלכער ציט אהין טויזנטער טוריסטן און באזוכער פון דער גאנצער וועלט יעדעס יאר. אין דעם ווינטער ווערט אלפבאך באניצט אויך אלס א סקי ארט.

דער הויפטזעכלער מקור פון איינקונפט פון די 2,300 איינוואוינער פון אלפבאך איז טוריזם. די צווייטע פאפולערע באשעפטיגונג פון די איינוואוינער נאך טוריזם איז לאנדווירטשאפט. עס זענען פארהאן דארט הונדערט און פינף פארמס. זייט 1945, איז אלפבאך דער פארזאמלונג פונקט פונעם "אלפבאך אייראפעאישען פארום" - א יערליכע צוויי וואכנדיגע קאנפערענציע פון באקאנטע פיגורן אין דער וועלט פון וויסנשאפט, ביזנעס, פאליטיק, קונסט און דאס גלייכן.

דער בארימטער פיזיקער ערווין שרעדינגער, וועלכער האט געווינען דעם נאבעל פריז, איז באגראבן אין דעם ארטיגן צווינטער.

Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!