רבי פרנך

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רב פרנך)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי פַּרְנָךְ איז געווען אן אמורא אינעם דריטן דור פון ארץ ישראל'דיגער אמוראים, א תלמיד פון רבי יוחנן.

פערזענליכקייט

עס זענען נישט באקאנט קיינע ביאגראפישע דעטאלן איבער רבי פרנך. ער ווערט בעיקר דערמאנט אין תלמוד בבלי, און אלץ זאגט ער דארט נאך מימרות אין נאמען פון זיין רבי[1], רבי יוחנן. אין תלמוד ירושלמי זאגט ער נאך א מימרא בשם רבי חנינא - פונעם לעצטן דור תנאים און ערשטן דור ארץ-ישראל'דיגער אמוראים; און אויך א מימרא בשם רב מתנה - פונעם צווייטן דור בבלי'שער אמוראים.

זיין זון, חזקיה בריה דרבי פרנך, איז אויך געווען אן אמורא, און די גמרא סוף מסכת ברכות ברענגט פון אים א מימרא בשם רבי יוחנן[2].

אין חז"ל[3] ווערט דערמאנט רבי יצחק בר פרנך, צו וועמען מען איז מייחס דעם מסכת חיבוט הקבר (אויך גערופן: "פרק מגיהנם לרבי יצחק בן פרנך")[4], און ער איז מעגליך נאך א זון פון רבי פרנך[1].

מימרות

רבי פרנך האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן עטליכע הלכות און אויך אגדתא מימרות. צוויי מאל אין ש"ס ווערט געברענגט זיין מימרא בשם רבי יוחנן ”האוחז ספר תורה ערום נקבר ערום”[5] - דער וואס כאפט אן א ספר תורה "נאקעט", אן די מענטעלע, ווערט באגראבן "נאקעט", דאס הייסט אן די מצוה וואס ער האט דאן געטון מיט דער ספר תורה. דערפון ווערט טאקע גע'פסק'נט אין הלכה אז מ'טאר נישט אנכאפן קיין ספר תורה אן קיין מענטעלע[6], וואס ווערט פאררופן אין די פוסקים אלס דער איסור פון רבי פרנך. אויך ווערט צוויי מאל געברענגט זיין הלכה בשם רבי יוחנן אז די שדרה פונעם לולב דארף זיין א טפח העכער פונעם הדס[7].

אין תלמוד ירושלמי ווערט געברענגט אן אנדער מימרא איבערן הייעך פונעם לולב, און אויך איבערן הייעך פונעם אזוב צו רייניגן א מצורע, אדער צו רייניגן א טמא מת - וואס רבי פרנך האט נאכגעזאגט פון רב מתנה, אין נאמען פון רבי יוסף בריה דרב מנשיא, אין נאמען פון רב[8].

נאך א מימרא זאגט ער נאך פון רבי יוחנן אז אין יאר פונעם "חנוכת המקדש" ביים ערשטן בית המקדש, האבן די אידן נישט געפאסט יום כיפור[9]. באקאנט איז דער מאמר וואס ער האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן:

כל שהוא תלמיד חכם ובנו תלמיד חכם ובן בנו תלמיד חכם, שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם.

"יעדער וואס איז א תלמיד חכם, און זיין זון איז א תלמיד חכם, און זיין זונ'ס זון איז א תלמיד חכם - וועט די תורה זיך מער קיינמאל אפהאקן פון זיינע דורות."

אין מדרש ווערן עטליכע מאל געברענגט מאמרים וואס ער האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן[10]. אין ירושלמי זאגט ער נאך בשם רבי חנינא, אז "הלל הגדולה" איז קאפיטל קל"ו אין תהילים[11].

דרויסנדיגע לינקס

  • הרב יהודה אדרי, "רבי פרנך", בנתיב האמוראים, ירושלים תש"מ, עמ' 248, אויף אוצר החכמה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  • רבי אהרן היימאן, "רבי פרנך", תולדות תנאים ואמוראים ג, לאנדאן, תר"ע, עמ' 1033

רעפערענצן