מנשה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מְנַשֶּׁה איז דער בכור פון יוסף, און פאטריארך פון שבט מנשה. מנשה איז געבוירן געווארן צו יוסף אין מצרים דורך אסנת, די טאכטער פון פוטי-פֶרַע[1][א].

דער ערקלערונג פאר די נאמען פון מנשה שטייט אין די תורה ביי די ערציילונג פון זיין געבורט[2]: "וַיִּקְרָא יוֹסֵף אֶת־שֵׁם הַבְּכוֹר, מְנַשֶּׁה: כִּי־נַשַּׁנִי אֱלֹקִים אֶת־כָּל־עֲמָלִי, וְאֵת כָּל־בֵּית אָבִי." אז די ליידן פון יוסף זענען פארגעסן געווארן מיטן געבורט פון זיין זון[3].

אין תנ"ך

ווען יוסף האט געהערט אז יעקב איז קראנק האט ער גענומען זיינע זין מנשה און אפרים צו יעקב אז ער זאל זיי בענטשן. יעקב האט דאן געזאגט אז זיינע צוויי קינדער באלאנגען צו אים אזוי ווי ראובן און שמעון, דאס הייסט אז זיי וועלן פאררעכנט ווערן צווישן די צוועלף שבטים. ווען יעקב האט זיי געוואלט בענטשן האט יוסף געשטעלט מנשה צו יעקב'ס רעכטער זייט, וויבאלד מנשה איז דער בכור, אבער יעקב האט אים איבערגעקליגט און געלייגט זיין רעכטן האנט אויף אפרים און זיין לינקער האנט אויף מנשה, איגנארירנדיג די פראטעסטן פון יוסף און זאגנדיג אז מנשה וועט טאקע אויך גרויס ווערן אלס פאלק, אבער אפרים וועט זיין נאך גרעסער[4].

ווי עס זעט אויס פון דברי הימים, האט מנשה געהייראט א פרוי און געהאט פון איר א זון אַשְׂרִיאֵל, און פון א פילגש פון ארם אדער וואס האט געהייסן הארמיה האט ער געהאט א זון מָכִיר[5]. די מפרשים זאגן אבער אז אשריאל איז געווען מכיר'ס אייניקל[6], אדער אז אשריאל איז אויך געווען א זון פונעם פילגש, אבער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות[7]. אין יהושע ווערט מכיר אנגערופן בכור מנשה[8]. מנשה האט אויך געהאט א זון יאיר וואס ווערט דערמאנט אין די תורה[9].

פון די באקאנטע אפשטאמיגע פון מנשה אין תנ"ך זענען גדעון, יפתח הגלעדי[10] און בנות צלפחד[11].

אין חז"ל

מנשה קומט ארויס אין דער אגדה אלס זיין טאטנ'ס רעכטע האנט. ער איז געשיקט געווארן דורך יוסף צו שפּיאָנירן אויף זיינע ברידער נאך זיי זענען אריין אין מצרים[12]. ער איז אידענטיפיצירט אלס דער דאלמעטשער צווישן יוסף און זיינע ברידער (בראשית מב, כג) ווען זיין פאטער האט זיך געמאכט אומוויסנדיג אין לשון-קודש[13], און ער איז געווען דער וואס האט באזיגט שמעון טראץ זיינע קריגערישע פעאיגקייטן און אים אריינגעווארפן אין טורמע[14]. אלס פארוואלטער פון זיין פאטער'ס הויז, האט מנשה אויך צוגעגרייט די סעודה פאר יוסף'ס ברידער[15], און איז שפעטער געשיקט געווארן זוכן אין די זעק פארן זילבערנעם בעכער[16].

אויפן פאן פון שבט מנשה איז געווען געשטיקט א ווילדער אקס, א רמז אויף דברים לג, יז, וואָס רעפערירט צו גדעון (שופטים ו, יא), אַן אפשטאמלונג פון מנשה[17].

דרויסנדיגע לינקס


רעפערענצן

  1. לויט פרקי דרבי אליעזר, פרק ל"ו, און מסכת סופרים, פרק כ"א, הלכה ט', איז זי געווען די טאכטער פון דינה.


יחוס בוים פון די אבות ביז די שבטים

 
יחוס בוים פון בני נח
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
לעגענדע
עלטערן
אישות
 
הערנטע ← דינסט
מאנצביל
פרוי
איינער פון די דריי אבות
איינע פון די אמהות
איינער פון די שבטי ישראל
 
 
 
 
 
יעקב (ישראל)
יעקב (ישראל)


 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 

זעט אויך: אילן יוחסין של דמויות ספר בראשית