בקשר צו דעם רעדאגירונג (וואס מאיזה סיבה האב איך זיך יעצט אנגעשטויסן דערין): לויט וויינרייך איז "קאנפערענץ" א לשון נקיבה, וואס קומט געווענליך מיט "די" און אלס דאטיוו מיט "דער", מאך איך א טעות? די זעלבע איז אויך מיט "פראבלעם".
זייט מיר נישט חושד, איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין שפראך, נאר זעענדיג ווי איר קומט מגיה זיין נאך נייטראלער, וועלכער איז יא באהאוונט אין שפראך, און איר מאכט אויך דעם רושם פון אזא איינער, איז עס מיר געווען אויפפאלנד.
אגב, איך וואלט אייך געמעגט בעטן צו מגיה זיין די ארטיקלען וועלכע איך בין איבערגעגאנגען און אריבערגעפירט, אלס ממלא מקום פאר נייטראלער? ומתן שכרה בצדה, איר וועט דארט גרינגער און מער טרעפן גראבע גרייזן צו פאררעכטן...
טעמע אין בלאט שמועס:עוויאן קאנפערענץ
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ביסט פשוט און פראסט גערעכט, איך האב מער ווייניגער זיך אויסגעקענט אין ספעלינג, נישט אזוי שטארק אין גרעמער. היינט קען איך שוין מער, און מ'לערנט זיך יעדן טאג.
איך קען מיר נאכנישט אזוי גוט אויס דא, איך וואלט נישט מגיה געווען אן ארטיקל וואס איז שוין אריבערגעגאנגען אן הגהה, סתם א שאד.
קענסט מיר שיקן א לינק צו אן ארטיקל איבערצוקוקן ווען איך האב צייט.
א גוטן מועד!
אויב זוכט איר אין וועלכע ארטיקלען אייער הגהה וועט זיין דאס מערסטע געוואונטשן, איז עס לכאורה די דרעפטס וועלכע ווארטן צו ווערן אריבערגעפירט, א ליסטע פון וועלכע איר קענט טרעפן דא.