המכלול:שטיצט אונז
|
המכלול שטעלט צו א הויכע-קוואליטעט אלטערנאטיוו פאר אינפארמאציע וועבזייטלעך וואו ליינער זענען אויסגעשטעלט צו פסול'ע אינהאלט, אויף די העכסטע שטאפל פון ענציקלאפעדישע פראפעסיאנאליטעט און הערליכע אויסשטעל.
המכלול דינט אלס אהערגעשטעלטע פלאץ צו לערנען און מיטטיילן וויסנשאפט מיט יעדן, און צילט צו זיין א בית ועד לחכמים, וואו עס ווערט קאנצענטרירט אלע תורה'דיגע אינפארמאציע מיט א קלארקייט, אויף א גרינגן און צוגענגליכן אופן.
דער מאסיווער פראיעקט וואס המכלול פירט אן שלעפט אריין אין ריזיגע הוצאות: פון טעכנעלאגישע רעסורסן, ווי אויפארבעטן און אויפהאלטן די סערווערס, מענטשליכע רעסורסן וואס רעכנט אריין פראפעסיאנאלן, ווי ביזנעס ראטגעבער, סטראטעגיסטן, פראגראמערס, דעזיינערס, און נאך.
המכלול צילט צו פארמינערן אויסגאבן, און אירע הוצאות זענען טאקע פיל ווייניגער ווי ענליכע זייטלעך, פארט דארף זי צוקומען צו די פארלאנגטע פראפעסיאנאלע הילף צו בויען א קוואליטאטיווע פלאטפארמע.
עס וואלט געווען גענוג אז יעדער ליינער וואס באניצט זיך מיט המכלול זאל ביישטייערן ₪50 א יאר אז המכלול זאל קענען אויספירן איר ברייטע וויזיע, אבער נישט יעדער האט די מעגליכקייט אדער געדענקט צו ביישטייערן.
מיר וועלן זיך פרייען אויב איר קענט אנטיילנעמען אינעם וויכטיגן פראיעקט מיט א ביישטייערונג פון $18, $36, $50 אדער $100, אדער סיי וועלכע סומע איר קענט, אז מיר זאלן קענען אנגיין מיט די פעולות ביתר שאת. מיר דארפן און קוקן ארויס פאר אייער הילף!
על פי הוראת הרבנים, קען מען ביישטייערן פון מעות מעשר.
בתודה ובברכה,
הרב יוסף קאמינער,
ראש מכון חכמת התורה.