דרעפט שמועס:חק לישראל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יצחק

בקשר צו דעם רעדאגירונג, דער 'החכם השלם והכולל כמה"ר יצחק ברוך נר"ו' (ווי ער ווערט באטיטלט אויפן שער בלאט פון דפוס ראשון) איז געווען דער פאקטישער עורך און מחבר פונעם ספר חק לישראל, כאטש דער רעיון איז במקורו פון רבי חיים וויטאל.

מהרח"ו האט זיך נישט געזעצט מסדר זיין די פסוקים וכו'; רבי יצחק האט דאס געטון. ער האט דערביי אוודאי געדארפט מאכן פילע הכרעות און באשלוסן (צב"ש פון וואו אנצוהייבן די פסוקים ווען די הפטורה פארמאגט ווייניגער ווי די באשטימטע צאל).

דאס איז גאר א וויכטיגע שטיקל אינפארמאציע וואס מאכט גאר אסאך אויס, און עס איז באמת א פלא אז עס פעלט אויף העברי.

(מקור איז כמובן דער דפוס ראשון. מוה"ר רבי יצחק ברוך ווערט גאר שיין באטיטלט אין די הסכמות הגאונים, אריינגערעכנט רבי שלמה אלגאזי. מעגליך אז עס איז פארהאן נאך אינפארמאציע איבער אים, אבער דערווייל איז דאס גענוג). — צמא לדעתשמועס • ט' טבת ה'תשפ"ד 09:02, 21 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

ייש"כ. איך האב דאס אלס נישט געזעהן. בעז"ה. • • • האט'ס אמונהשמועס מיט מירשרייב צו מיר • ט' טבת ה'תשפ"ד • 14:45, 21 דעצעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]