רבי אברהם צבי בעק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אברהם צבי בעק
געבורט אלול תרצ"ב
נירבוגאט, אונגארן
פטירה ה' תמוז תשע"ח (אלט: 85)
בית שמש
מקום קבורה הר הזיתים ירושלים
השתייכות וויזשניץ (חסידות)
רבי'ס רבי חיים מאיר האגער
תלמידים הרב ישראל האגער
ספרים ויצב אברהם על התורה מועדים ותהלים
מצבה הרב בעק 1.jpg
מצבה הרב בעק 2.jpg

רבי אברהם צבי הלוי בעק (אלול תרצ"ב - ה' תמוז תשע"ח) איז געווען דער רב און אב"ד פון מאנטעווידעא, און 'עדת ישראל' אין מעלבארן.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין שטעטל נירבוגאט (ניר-באגאד) אונגארן, חודש אלול תרצ"ב צו ר' ישעיה יוסף און שרה בעק. ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן מיט זיין ברודער רבי משה בער בעק און א שוועסטער קיין בודאפעסט, און אזוי זענען זיי געראטעוועט געווארן. זיין מאמע און צוויי ברידער זענען אומגעקומען אין אושוויץ, ד' סיון תש"ד. נאך די מלחמה האט ער געלערנט אין ישיבת מאור הגולה אין רוים, וואו ער איז נתקרב געווארן צו חסידות וויזשניץ. אין יאר תש"ח איז ער ארויף קיין ארץ ישראל. דארט האט ער געלערנט אין וויזשניצער ישיבה אין בני ברק, און האט גענאסן פון א געוואלדיגע התקרבות פון זיין רבי רבי חיים מאיר האגער.

דער גבאי צדקה רבי דוד לייב שווארץ האט אים חתונה געמאכט מיט זיין ניכטע מרת ביילא, א טאכטער פון זיין שוואגער הרב משה צבי האפמאן דער שו"ב פון כפר אתא. נאך זיין חתונה איז ער געווען א מגיד שיעור אין וויזשניצער ישיבה.

אין יאר תשכ"ד איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב פון מאנטעווידעא, אורוגוויי. ער האט דארט משמש געווען ברבנות 24 יאר.

ו' תמוז תשמ"ח איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב פון די צענטראלע קהילה "עדת ישראל" אין מעלבארן, אויסטראליע. ער איז געשטאנען אין שפיץ פון די בתי חינוך, כשרות און כולל בית יוסף[1] פון שטאט, במשך פון 30 יאר אויפן טאג.

ט' סיון תשע"ח האט רבי אברהם צבי געשריבן א בריוו פאר די בני הקהילה אז ער פלאנט צו מופן קיין ארץ ישראל, צוליב זיין געזונט צושטאנד[2]. פארן ארויספארן איז אפגעראכטן געווארן א מעמד פרידה[3][4]. אויפן פליגער האט זיך זיין געזונט צושטאנד זייער פארערגערט און מען האט געמוזט לאַנדן, און מ'האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל אין האנג קאנג. ווען דער מצב האט זיך אביסל פארבעסערט האט מען ממשיך געווען מיט די נסיעה, און כ"ה סיון איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל. ער איז איינגעשטאנען אין בית שמש ביי זיין איידעם רבי ישראל חיים קאהן, אבער נאך בלויז 10 טעג, ה' תמוז, איז ער נפטר געווארן. ער איז באערדיגט געווארן אין הר הזיתים.

ער האט איינגעפירט אין זיין קהלה צו מקדים זיין קבלת שבת און נישט רעדן ביים דאווענען און קריאת התורה, און אז דער חזן זאל זאגן דעם מי שברך פון תוספות יום טוב פאר די וואס רעדן נישט ביים דאווענען.

אין די לעצטע 10 טעג וואס ער איז געווען אין ארץ ישראל האט ער אנגעטון דעם ירושלימ'ער לבוש.

דער רב איז געווען א הייסער וויזשניצער חסיד, אנגעהויבן פון 'אמרי חיים' און דערנאך ביי זיינע קינדער דער ישועות משה און רבי מאטעלע פון מאנסי, און שפעטער האט ער זיך מכניע געווען פאר זיין תלמיד רבי ישראל האגער פון בני ברק. יעדעס יאר פלעגט ער קומען צופארן קיין ארץ ישראל, צו וויילן א שבת אין וויזשניצער הויף אין בני ברק. א טייל פון די יארן וואס ער האט געוואוינט אין אורוגוויי איז ער געפארן אויף יום טוב שבועות צום סאטמאר'ן רב. ער פלעגט אויך זייער מכבד זיין אלע וויזשניצער אייניקלעך, און ווען א טייל פון זיי זענען געקומען קיין מעלבארן נאך געלט איז דער רב אליין ארומגעגאנגען צוזאמנעמען געלט פאר זיי ביים ציבור, נישט קוקנדיג אויף זיין כבוד.

ער האט מחבר געווען א ספר 'ויצב אברהם' אויף ספר תהלים[5]. נאך זיין פטירה האט מען געדרוקט די אנדערע חלקים על התורה ומועדים[6]. אויך זיין בית מדרש אין בית שמש הייסט "ויצב אברהם".

פאמיליע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. עדת ישראל - מעלבארן אויפ'ן עולם התורה וועבזייטל
  2. הגאב"ד הישיש נפרד מבני קהילתו אויף JDN
  3. בני הקהילה נפרדו מהגאב"ד אויף JDN (העברעאיש)
  4. Hamodia Staff, yisrael/ Melbourne’s Rav Beck Announces Move to Eretz Yisrael, May 23, 2018, Hamodia website. (ענגליש)
  5. תהלים ישועות יוסף עם ספר ויצב אברהם - עוז והדר.
  6. זיינע ספרים אויפן מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק זייטל.