המכלול:רייניגונג פראיעקט/הילף
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
עפעס איז נישט קלאר? איר ווייסט נישט וויאזוי עפעס אויסצופירן? מיר זענען דא פאר אייך! ביטע שרייבט דא אייער פראגע.
ווי אזוי לייגט מען צו א קאטעגאריע?
ווען איר ניצט דער "רעדאגירט" אויסוואל
- דרוקט אויפ'ן קנעפל מיט די דריי פאסן, אויבן לינקס.
- דרוקט אויף "קאטעגאריעס".
- אינעם קעסטל וואס וועט זיך עפענען, הייבט אן שרייבן אין דעם "צולייגן א קאטעגאריע" פענסטערל דעם נאמען פון די קאטעגאריע וואס איר ווילט צולייגן, און וועלט איר אויס פון די ליסטע אז עס זאל זיך אריינשרייבן אינעם פענסטערל.
- דרוקט "אנווענדן ענדערונגען".
ווען איר נוצט דער "רעדאגירט טעקסט" אויסוואל
- גאנץ אונטן פונעם טעקסט, שרייבט פשוט [[קאטעגאריע:קאטעגאריע-נאמען]] אין א שורה פאר זיך. למשל [[קאטעגאריע:אינהאלט אראפגענומען]] וועט צולייגן דעם ארטיקל צום "אינהאלט אראפגענומען" קאטעגאריע.
- אויב ווילט איר צולייגן עטליכע קאטעגאריעס, שטעלט יעדע פון זיי אין א באזונדערע שורה.
ווי אזוי נעמט מען אראפ א קאטעגאריע?
ווען איר ניצט דער "רעדאגירט" אויסוואל
- דרוקט אויפ'ן קנעפל מיט די דריי פאסן, אויבן לינקס.
- דרוקט אויף "קאטעגאריעס".
- אינעם קעסטל וואס וועט זיך עפענען, דרוקט אויפ'ן נאמען פון די קאטעגאריע וואס איר ווילט אוועקנעמען, און דערנאך דרוקט אויפ'ן מיסטקאסטן סימבאל וואס וועט זיך באווייזן.
- דרוקט "אנווענדן ענדערונגען".
ווען איר נוצט דער "רעדאגירט טעקסט" אויסוואל
- טרעפט דעם [[קאטעגאריע:קאטעגאריע-נאמען]] שורה וואס האט געהאט געשטעלט דעם ארטיקל אין די קאטעגאריע (געווענליך גאנץ אונטן), און מעקט עס פשוט אויס.