רוי:אינטערנאציאנאלע סיסטעם פון איינסן
די אינטערנציאנאלע סיסטעם פון איינסן איז די אינטערנאציאנאלע סטאנדארטע פארעם פון דער מעטרישער סיסטעם וואס ווערט ברייט באניצט היינט. די סיסטעם איז באקאנט ווי SI וואס איז א פארקירנצונג פונעם פראנצויזישן נאמען Système International d'unités.
די סיסטעם איז א סיסטעם פון מעסטן באזירט אויפן מעטער פאר לענג און דיסטאנץ, קילאגראם פאר מאסע, און סעקונדע פאר צייט.
פון די מעטער, קילאגראם און סעקונדע ווערן געשאפן אנדערע מאס איינסן ווי פארנעם, ענערגיע, דרוק, און גיכקייט.
ווען מען דארף גאר גרויסע אדער גאר קליינע מאסן ניצט מען א פרעפיקס, למשל קילא־ פאר "1000" און מילי־ פאר "0.001" (א טויזנטסטל). אזוי האט מען א קילאמעטער וואס איז גלייך צו 1000 מעטער און א מיליגראם וואס איז א 1000סטל פון א גראם. אונטן איז א טאבעלע מיט אלע פרעפיקסן.
די סיסטעם האט זיך אנטוויקלט פון דער מעטרישער סיסטעם געשאפן אין פראנקרייך נאך דער פראנצויזישער רעוואלוציע.
איינסן פון מאס
באזע איינסן
די הויפט איינסן אין דער סיסטעם זענען די באזע איינסן. אלע אנדערע איינסן קען מען טרייבן פון די באזע איינסן.
געטריבענע איינסן
כפלען | נאמען | deca דעקאַ |
hecto העקטא |
kilo קילא |
mega מעגאַ |
giga גיגאַ |
tera טעראַ |
peta פעטאַ |
exa עקסאַ |
zetta זעטאַ |
yotta יאטאַ | |
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
סימבאל | da | h | k | M | G | T | P | E | Z | Y | ||
כפלער | 100 | 101 | 102 | 103 | 106 | 109 | 1012 | 1015 | 1018 | 1021 | 1024 | |
בראכצאלן | נאמען | deci דעצי |
centi צענטי |
milli מילי |
micro מיקרא |
nano נאַנא |
pico פיקא |
femto פֿעמטא |
atto אַטא |
zepto זעפטא |
yocto יאקטא | |
סימבאל | d | c | m | μ | n | p | f | a | z | y | ||
כפלער | 100 | 10−1 | 10−2 | 10−3 | 10−6 | 10−9 | 10−12 | 10−15 | 10−18 | 10−21 | 10−24 |