רוי:פראנאם

פון המכלול
ווערסיע פון 18:55, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אַ פּראָנאָם איז אַ וואָרט וואָס מען ניצט במקום אַ סובסטאַנטיוו. מען ניצט אַ פראָנאָם למשל פאַר אַן אָביעקט וואָס מען האָט שוין דערמאָנט פריער. דהייַנו: "נעכטן האָב איך געזען משה. ער איז אַריבערגעגאַנגען די גאַס."


פּראָנאָמען אין כּלל־ייִדיש

נאָמינאַטיוו:

פּערזאָן איינצאָל מערצאָל
ערשטער איך מיר
צווייטער דו איר
דריטער ער/זי/עס  זיי


אַקוזאַטיוו:

פּערזאָן איינצאָל מערצאָל
ערשטער מיך אונדז
צווייטער דיך אייַך
דריטער אים/זי/עס  זיי


דאַטיוו:

פּערזאָן איינצאָל מערצאָל
ערשטער מיר אונדז
צווייטער דיר אייַך
דריטער אים/איר/--  זיי

נאך א פרעפאזיציע ניצט מען געוויינלעך די דאטיווע פארעם.

הערות

  1. דער פּראָנאָם פון צווייטן פּערזאָן איינצאָל ניצט מען נאָר צו קינדער און גוטע פרייַנט. ווען מען רעדט מער פאָרמאַל ניצט מען אַלעמאָל די מערצאָליקע פאָרם אפילו רעדנדיק צו אייַן מענטש.
  2. אויף ליטווישער ייִדיש ניצט מען די דאַטיווע פאָרמען אפילו ווען דער זאַץ פאָדערט אַן אַקוזאַטיוו.[1]
  3. 'עס' האָט קיין דאטיווע פאָרעם[1].


רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 דוד כ"ץ, גראמאטיק פון דער יידישער שפראך, בלאט 105 (ענגליש)