רוי:פיליפוס

פון המכלול
ווערסיע פון 18:50, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קעניגן און געוועלטיגער מבית הורדוס


פיליפּוס (נפטר געוואָרן אין 34) איז געווען דער טעטראַרך פון בשן. זײַן פאָטער איז געווען דער מלך הורדוס און זײַן מוטער – הורדוס'נס א ווײַב קלעאָפּאַטרע פון ירושלים.

ער איז אויסגעוואַקסן אין רוים, בײַם הויף פונעם רוימישן קייסער, ווי דאָס רוב זין פון דעם מלך הורדוס. נאָכן טויט פון זײַן פאָטער אינעם יאָר 4 פאַר דער נײַער צײַטרעכענונג איז ער געוואָרן דער טעטראַרך פון בשן און האָט געהערשט דאָרט, זענענדיק אונטערטעניק אין די ערשטע יאָרן פון זײַן הערשונג זײַן ברודער ארקילאוס, דעם עטנאַרך פון יהודה. פיליפוס איז געווען באַקאַנט מיט זײַן גוטן כאַראקטער און מיט זײַן נטיה צו לעבן אין שלום מיט זײַנע שכנים. פיליפוס איז געווען דער ערשטער ייִדישער הערשער, וועלכער האָט אויסגעשלאָגן מטבעות מיט פּאָרטרעטן פון רוימישע די קיסרים אויגוסטוס און טיבעריוס. דער טעטראַרך פיליפּוס האָט ניט געהאַט קיין קינדער. צוליב דעם נאָך זײַן טויט אין 34 איז זײַן טעטראַרכיע אַריבער אונדער דער הערשונג פון רוימישן פּראָקוראַטאָר און אין 37 איז זי איבערגעגעבן געוואָרן פיליפּוסעס אַ פּלימיעניק אגריפס דעם ערשטן, וועלכער איז געוואָרן דער מלך פון יהודה.

וועבלינקען

הורדוס הויז קעניגן און געוועלטיגער

יוליוס אגריפספיליפוסארכלאוסהורדוס