רוי:עסטלאנד פאלקלאר ארכיוו
דער pאָלקלאָר אַרכיוו פון עסטלאנד (עסטניש: Eesti Rahvaluule Arhiiv) איז א צענטראַל אָפּהיט-קאַמער, וואו זיינען מקפּיד אַלע pאָלקלאָר-מאַטעריאַלן, וואָס זיינען געזאַמלט אין עסטלאַנד.
אַוועקשטעל pון דעם אַרכיוו
דער עסטלאַנד pאָלקלאָר אַרכיוו געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1927 ווי אַ צענטרעלער אוצר-קאַמער pונעם pאָלקלאָר עסטלאַנדס. דער יאָדער pון דער זאַמלונג זיינען די מאַטעריאַלנן, וואָס זיינען געשיקט געוואָרן ביי מער pון 1,400 קאָרעספּאָנדענטן pון יעקב הורט: 114,696 זייטלען מיט האַנדגעשריבענע עסטלאַנדישע מעשיות, pאָלקסלידער, ווערטלעך או.אַ.וו. יעקב הורט פלעגט איינאָרדנען אלע געקריגענע מאַטעריאַלן ניט ביי די טעמעס, אָבער ביי דעם גרויס pון די בריוו-בלעטער און נאָר בינדן די בלעטער אין די pאָליאַנטן.
נאָך דעם טויט pון יעקב הורט אין 1903, די גאַנצע קאָלעקציע זיינע איז געבראַכט געוואָרן קיין pינלאַנד צום pינישער ליטעראַטור-געזעלשאpט. די אידעע צו pאַרוואַנדלען הורטס זאַמלונג אין אַן אַרכיוון איז איינגעpאָלן דעם עסטלאַנדישן pאָלקלאָריסט אָסקאַר לאָאָריץ אין 1924, און נאָך דריי יאָר אונטערהאַנדלונגען איז ער געוואָרן דעם ערשטער דירעקטאָר pונעם נייעם אַרכיוו אין דער שטאָט דאָרפּעט.
ייִדישע און אַנדערע ניט-עסטנישע זאַנלונגען: 1927-1940
אחץ דעם, וואָס אָט-דער אַרכיוו איז דער גרעסטער pאָנד pון עסטלאַנדישן pאָלקלאָר, האַלטעט ער די pאָלרלאָר-זאַנלונגען pון אַנדערע pיניש-באַלטישע pעלקער (ישזאָרער, וואָד, וועפּסן), אָנגעpאנגען ביי דער שפּראַכ-pאָרשער מיכעל וועסקע, pינישֿ-אוגרישע pעלקער, און אויכעט די pאָלקלאָר-ירושות pון באַלטישע דייטשען, רוסן, לעטן, שוועדן, טשיגוינער און יקר שחחתי pון אָרטיקע יידן.
די ייִדישע קאָלעקציע (ERA, juudi) איז געווען א pרוכט pון דער מיטאַרבעט צווישן צוויי עסטלאַנדישע וויסנשאַpטלער, וועלכע האָבן זיך אינטערעסירט מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור — דער עסטלאַנדישער לינגוויסט פּאַוּל אַריסטע און דער pאָלקלאָריסט pונעם באַלטישן דייטשען ייִחוס וואַלטער אַנדערסאָן. מיט זיינע סטודענטן און לערער pון דאָרפּאַטער ייִדישער שול (צווישן זיי איסידאָר לעווין, ס.ב.קאַפּלאַן און אליע לעווענבערג) האָבן זיי אָרגאַניזירט די רעגולערע זאַמלונג-אַרבעט: צו יאָר 1930 האָט דער ייִדישער אוצר אנטהאַלטן 385 זייטלען דהיינו 164 דערציילונגען, 169 לידער, 538 אָבערגלויבן, 374 שפּריכווערטער, 23 רעטענישן.[1]
דאָס ערשטע מאָל זיינען די מאַטעריאַלן pון דער ייִדישער קאָלעקציע פּובליקירטן געווען אין דער אַרטירקל pון פּאַוּל אַריסטע "עטלעכע ייִדישע pאָלקסלידער אין דעם רעפּערטוּאַר pון עסטן".[2]
צום יאָר 1937 איז די ייִדישע קאָלעקציע אויסגעוואַקסן ביז 600 בלעטער (215 בלעטער מער װי מיט זיבן יאָר pריער), וואָס זיינען געטיילט געװאָרן אויף אַזעלכע קאַטעגאָריעס׃ 211 לידער (183 "pאָלקסלידער" און 83 "קינדערלידער"), 627 ווערטלעך און שפּריכווערטער, 24 רעטענישן, 193 מעשיות, 346 אָבערגלויבנס און 24 "קולות הטבע".[3]
די לעצטע איז איינער זייער אַ באַזונדערער זשאַנער pון "pייגל-שטימעס אימיטאציעס אין pאָלקלאָר" אָדער, פשוט און פּראָסט: וואָס זאָגן די פייגל אין pאָלקלאָר. אין עסטלאַנד האָט אַזאַ ציקאַווע דערשיינונג דערpאָרשט עדוּאַרד לויגאסטע-טרוי. אין זיין בוך גיט ער, צװישן אַנדערש, עטלעכע ייִדישע באַשרייבונגען, למשל: זינגט אין עסטלאַנד ייִדישער סאָלאָוויי: "צוויטשי צוויטש צוויטשערי, ס'קומט דער pרילינג" (ERA Juudi 2, 52(2); ERA, Juudi 2, 81 (2)).[4]
די גרעסטע טייל pון די דאָזיקע מאַטעריאַלן איז אָפּגעהיט אין דער שטאָט דאָרפּעט.
ייִדישע זאַמלונג נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה
לויט דעם קאַטאַלאָג, נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה האָט מען נאָר איין מאָל צוגעגעבן צו די נייע מאַטעריאַלן צו דער ייִדישער קאָלעקציע.
רעפערענצן
- ↑ P. Ariste. Nichtestnische Sammlungen des Estnischen Volkskundlichen Archivs // Sitzungsberichte der Gelehrten Estnischen Gesellschaft, 1930. Z.127-128.
- ↑ ייִוואָ בלעטער 3. 1932. ז.148-157
- ↑ Richard Viidalepp. Statistilisi andmeid eesti rahvaluulekogudest 1.IV.1937. // Rahvapärimuste selgitaja. Tartu, 1937. No. 3 (November). Lh.73-82.
- ↑ Eduard Laugaste(-Treu). Die estnischen Vogelstimmendeutungen. (FF communications, vol. XXXIV-2, No. 97). Helsinki, 1931. S.52.