רוי:עגלע בענדיקייטע
עגלע בענדיקײטע (Eglė Bendikaitė) (געבוירן 1976) איז אַ ליטװישע היסטאריקערין און אוניװערסיטעט־לערערין pאַר ייִדיש.
ביאגראפיע
עגלע בענדיקײטע איז זינט 2001 אוניװערסיטעט־לערערין pאַר ייִדיש בײַם װילנער ייִדיש אינסטיטוט אין װילנער אוניװערסיטעט, און זינט 2002 אָנגעשטעלט בתּורת pאָרשערין בײַם ליטװישן אינסטיטוט pאַר געשיכטע אין װילנע. זינט 2012 pאָרשט זי בײַם אינסטיטוט pאַר גלאָבאַלע און אײראָפעישע שטודיעס בײַם לײפּציגער אוניװערסיטעט.
2006 האָט זי אױסגעגעבן דאָס בוך „די ציוניסטישע באַוועגונג אין ליטע” (אױף ליטװיש).
ד"ר בענדיקײטע pאָרשט װעגן דער געשיכטע pון ייִדישע פּאָליטישע און קולטורעלע באַוועגונגען אין ליטע צװישן די צװײ װעלט־מלחמות, דער געשיכטע pון אַנטיסעמיטיזם אין ליטע און דער געשיכטע pון װאַנדערונגען pון ייִדן אין ליטע.
זי האָט אָרגאַניזירט דעם אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיון „דאָס לעבן, װערק און װירקן pון יעקבֿ ראָבינזאָן” דעם 22סטן אָקטאָבער 2007 אין קאָװנע. עס איז געװען געװידמעט דעם pעלקעררעכט־יוריסט, פּאָליטיקער און היסטאריקער יעקבֿ ראָבינזאָן (העברעיש׃ יעקב רובּינזון).
בײַם אינסטיטוט pאַר גלאָבאַלע און אײראָפעישע שטודיעס בײַם לײפּציגער אוניװערסיטעט pאָרשט ד"ר בענדיקײטע זינט 2012 װעגן „דעם לעבן, װערק און װירקן pון שמשון ראזנבױם. פּאָליטישע ביאָגראַpיע pון אַ גרױסער מנהיג־פּערזענלעכקײט pון די ציוניסטישע באַװעגונג”.
װעבלינקען
- רשימה pון פּובליקאַציעס pון ד"ר בענדיקײטע
- פּראָגראַם pונעם אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיון „דאָס לעבן, װערק און װירקן pון יעקבֿ ראָבינזאָן” (קאָװנע, דעם 22סטן אָקטאָבער 2007, אױף ענגליש און ליטװיש)
- באַשרײַבונג pונעם פאָרשונג־פּראָיעקט „דאָס לעבן, װערק און װירקן pון שמשון ראזנבױם. פּאָליטישע ביאָגראַpיע pון אַ גרױסער מנהיג־פּערזענלעכקאײט pון די ציוניסטישע באַװעגונג” (אױף ענגליש)