רוי:נוי סוכה
ס'איז פאראן א מנהג ישראל צו באשיינען און שענער מאכן די סוכה מיט נוי סוכה, למשל אויפהענגען שיינע זאכן אין דער סוכה.
די מקור ווערט שוין געברענגט אין דער גמרא[1] אז מען האט געהאנגען פארשידענע טעפיכער, סחורות און פרוכט צו באשיינען זייערע סוכות.
עס זענען פארהאן עטליכע טראדיציאנעלע נוי סוכה, ווי שטערנס און רינגעלעך. געוויסע טאלאנטפולע מענטשן ערצייגן הערליכע ארטיסטישע מיניאטור, וואסערפאלן, עלעקטרישע שילדן און קרוינען, אלעס וואס טוט נאר באשיינען און רייכער מאכן דעם סוכה.
מנהגים
אין געוויסע ערטער הענגט מען פלעשלעך מיט וויין, בוימל, מעל און אויך וואסער.
געוויסע פירן זיך צו הענגען אלע שבעת המינים, און פארשידענע אנדערע סארטן פרוכט.
היינט הענגען אויף אסאך מענטשן בילדער פון רבי'ס און גדולי ישראל, ווייל דאס איז אונזער נוי סוכה, תורה-ריזן.
אסאך הענגען נאר טאוועלן און בילדער אויף די ווענט אבער נישט פון דעם סכך.
הלכה
די נוי סוכה זענען מוקצה, און מען טאר דאס נישט צורירן דורכאויס יום טוב, חוץ טאמער מען האט זיך אויסגענומען א תנאי בעפאר יום טוב.