רוי:מאנגראווע
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
מאַנגראָװע װאַלד איז אַ מין װאַלד װאָס װאַקסט אין הײסע, טראָפּישע סבֿיבֿות, אױפן ברעג ים. די מאַנגראָװע בײמער זײנען אַדאַפּטירט צו װאַקסן אין זײער שװערע באַדינגונגען: זײערע װאָרצלן שטײען אין זאַלץ-װאַסער כמעט די גאַנצע צײַט. אָבער מיט הילף פון פאַרשײדענע אַדאַפּטאַציִעס, װי זאַלץ-דריזן װאָס ברענגען דעם זאַלץ אַװעק פון די פלאַנצען, קאָנען די בײמער איבערלעבען. אין מאַנגראָװע-װעלדער עס זײַנען פאַראַן אַ סך חיות, װי צום בײַשפּיל פײגעלעך, קראַבן און שרצים.