רוי:מנורה

פון המכלול
ווערסיע פון 17:14, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די מנורה סטאטוע פאר דעם כנסת אין ירושלים.

די מנורה איז א יידישע סימבאָל. עס איז דער נאמען פון דעם גאלדענעם לייכטער מיט 7 רערן וואס מען האט געצינדן יעדן טאג אויל-ליכט אין בית המקדש.

די מנורה אין חומש

דער חומש אין ספר שמות ברענגט אז מען האט געמאכט די מנורה פארן משכן פון א ככר געוויכט פון ריינעם גאלד. די מנורה האט געהאט א מיטלן ראר מיט דריי צווייגן אין יעדער זייט. יעדער ראר איז געווען געשאפן מיט א קנעפל, א בלימל און פיר בעכערס.

חנוכה

אידן צינדן חנוכה א חנוכה מנורה א זכר צום נס חנוכה וואס האט פאסירט אין די צייטן פון די חשמונאים.