רוי:רבי יוסף סיטרוק
הרב יוסף חיים סיטרוק (כ"ט תשרי ה'תש"ה, 16טן אקטאבער 1944 - כ"ב אלול ה'תשע"ו, 25סטן סעפטעמבער 2016), איז געווען דער הויפט רב פון פראנצויזישן יידנטום פון יוני 1987 ביז יוני 2008.
לעבנסגעשיכטע
ער איז געבוירן געווארן אין טוניס, צו זיין פאטער יצחק. ער האט געלערנט אין דער 'שארית יוסף' ישיבה אין באר יעקב, און איז געווען באַליבט פון דעם ראש ישיבה, רבי נסים טאָלעדאַנאָ. ווען ער געענדיקט לערנען אין ישיבה האט ער באקומען היתר הוראה און איז געווען באשטימט צו ארבעטן אין רבנות ביים הויפּט רב פון שטראַסבורג, הרב מאַקס ווארשאווסקי. אין 1975 איז געווארן באשטימט הויפּט רב פון מארסיי. אין 1987 איז ער געווארן געוויילט הויפּט רב פון פראַנקרייך אויף א קאדענץ פון זיבן יאר, און אזוי נאך צוויי מאָל. ביי די וואַלן געהאלטן אום 22סטן יוני, 2008, האט אים געזיגט הרב זשיל בערנהיים, וואס האט קאנדידירט קעגן אים שוין אין 1994 און פאַרלוירן.
ער האט אויך געדינט ווי פרעזידענט פון דער קאָנפערענץ פון אייראפעישע רבנים פון 1999 ביז 2011.[1]
ער איז נפטר געווארן כ"ב אלול תשע"ו. זיין לוויה האט אנגעהויבן אין פראנקרייך און פארטגעזעצט אין ישראל.[2] מ'האט אים באגראבן אין הר הזיתים.
הרב סיטרוק האט איבערגעלאזט א ווייב און 9 קינדער.