רוי:טעפעך
א טעפּעך, טעפּיך, דיוואַן אדער קילעם איז א פיערעקיגער טייל פון אַ געוועביקער טעקסטיל.
געוויינטלעך זענען טעפּעכער גענוצט צו בייַלייגן שיינהייט צו פּלעצער און צו אָפּשוואַכן די קלאַנגען פון שפּאַצירונג אויף דער פּאָדלאָגע. טעפּעכער זענען מער וואַרעמליך און ווייכלעך ווי האַרטע פּאָדלאָגעס אזוי ווי האָלץ, ברוקשטײנער אדער בעטאָן. טעפּעכער זענען געמאַכט אין פילע פארשידענע גרייסן. טעפּעכלעך און טעפּעכער האבן אָנגעהויבן אין מיטל אזיע, אבער מאַשין-פּראָדוקציע איז צוגעטראַכט געווען אין אייראפע. עס זענען דא צוויי פארשידענע סארטן: טראדיציאנעלע האַנט-געמאַכטע אַרטיקלען, און דער מאַשין-געוועביקער סארט.
א טעפּעכל איז קלענער ווי א טעפּעך, און ווערט אפט געלייגט אויף א טעפּעך און אפט דעקאָרירט. אין איסלאַם ווערט טעפּעכלעך גענוצט אלס תפילה ראָגעזשעס, אויף וועלכע מענטשן קניען ווען זיי מתפלל זיין.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: טעפעך |