װאַסאַבי (יאַפּאניש ワサビ, לאַטײניש Wasabia japonica) איז אַ פלאַנץ פון דער משפּחה פון די צלם-בלומיקע. די װאָרצל פונעם וואַסאַבי װערט באַנוצט אַלס געװירץ אין דער יאַפּאַנישער קיך. דער געשמאַק פון װאַסאַבי איז זײער ענלעך צום הײמישן כרײן, פון דער זעלבער משפחה Brassicaceae.