רוי:באריס קאלקער

פון המכלול
ווערסיע פון 08:01, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "pי" ב־"פי")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

באָריס קאָלקער

באריס קאלקער (רוסיש: Колкер Борис Григорьевич) (געבוירן געווארן דעם 15טן יולי 1939), איז א לערער pון pרעמדע שפּראַכן און א איבערזעצער, עספּעראנטאלאג, מחבר pןו דרײַ לערנביכער pון עספּעראַנטא pאַר pאַרשידענע ניוואען.

ביאָגראפיע

קאָלקער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט טיראספאל, מאָלדאָוויע, ראטן פארבאנד. זײַנע עלטערן שטאַמען pון אַ ייִדיש שטעטל באַלטע, אַדעסער געגנט, אוקראַיִנע, און די אורעלטערן - pונעם שטעטל קאָלקי אין צpון-מערבֿ- אוקראַיִנע.


קאָלקער האָט אָנגעהויבן זיך לערנען עספּעראַנטאָ אין 1957. דאָקטאָר pון שפּראַכוויסנשאַpט, pאַרטיידיקט די דיסערטאַציע אויף דער טעמע pון עספּעראַנטאָ. מחבר pון עספּעראַנטאָ-לערנביכער, אַרטיקלען און רעצענזיעס אין געביט pון אינטערלינגוויסטיק. אַ דאַנק גרויסער פּאָפּולערקײט pונעם בוך "אַ נסיעה אין עספּעראַנטאָ-לאַנד" (Vojaĝo en Esperanto-lando) איז ער געוואָרן באַרימט ווי ציצעראָן אין עספּעראַנטאָ-וועלט.

אין 1993 האָט זיך באַזעצט אין די pאַראייניקטע שטאַטן. וווינט אין דער שטאָט קליוולאנד, שטאַט אָהײַאָ.

מיטגליד pון דער עספּעראַנטאָ-אַקאַדעמיע. ערן-מיטגליד pון עספּעראַנטאָ-וועלט-pאַראיין (UEA). מיטגליד pון דער אַקאַדעמיע pאַר עספּעראַנטאָ-ליטעראַטור (ALE). מיטרעדאַקטאָר pון אַ חודש-זשורנאַל "Monato". אין משך pון צוויי צענדליק יאָר פירט אָן מיט פילצאָליקע הינטער-אויגיקע קורסן אין רוסלאַנד, וועלכע האָבן pאַרענדיקט אַרום 900 מענטשן. געלייענט לעקציעס pון עספּעראַנטאָ אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן pון סאַן-pראַנציסקאָ און האַרטpאָרד.

הײַנט צו טאָג פירט קאָלקער אָן מיט אינטערנאַציאָנאַלע הינטער-אויגיקע קורסן pון דער העכערער קוואַליפיקאַציע (IPKK).

אין pאַרשיידענע צײַטן געווען איינער pון די גרינדערס און אָנפירערס pון סאָוועטישער יוגנטלעכער עספּעראַנטאָ-באַוועגונג SEJM‏ (Sovetia Esperantista Junulara Movado), pאַרבאַנד pון סאָוועטישע עספּעראַנטיסטן ASE‏ (Asocio de Sovetiaj Esperantisto), עספּעראַנטאָ-pאַרבאַנד pון סאָוועטישע רעפּובליקן SEU‏ (Sovetrespublikara Esperanto Unio), רוסלענדישן pאַראיין pון עספּעראַנטיסטן REU‏ (Rusia Esperantista Unio), מיטגליד pון קאָמיטעט און הויפּט-באַpולמעכטיקטער pון עספּעראַנטאָ-וועלט-pאַראיין (UEA). אויסגעטראָטן מיט באַריכטן אויף אַ סך וועלט-קאָנגרעסן pון עספּעראַנטיסטן (אָנהייבנדיק pון 48סטן קאָנגרעס pון 1963 אין סאָפיע, בולגאַריע), טעמאַטיש קאָאָרדינירט דעם 85סטן קאָנגרעס אין תּל-אַבֿיבֿ.

דיסערטאַציע

לערנביכער