רוי:רבי אשר אריאלי
טעטיקייט ארט | ירושלים |
---|---|
באלאנג | ליטווישע |
באשעפטיגונג | ר"מ |
זיינע רביס | רבי נחום פרצאוויטש |
הרב אשר יהודה לייב אריאלי (געבוירן תשי"ז) איז א מגיד שיעור אין דער מירער ישיבה און אין ישיבת תפארת צבי אין ירושלים. זיין בלאַט שעור אין מיר איז דער גרעסטער אין דער װעלט, מיט 700 תלמידים טאג־טעגלעך.
ביאגראפיע
רבי אשר אריאלי איז געבוירן געווארן אין תשי"ז צו הרב חיים יעקב אריאלי, מחבר פונעם ספר "באר יעקב", א זון פון הרב יצחק אריאלי, משגיח פון מרכז הרב ישיבה, און צו מרת שולמית, א טאכטער פון ר' אשר שטערנבוך פון לאנדאן און א שוועסטער פון הרב משה שטערנבוך, ראש בית פון דער עדה החרדית, און פון הרב אליהו שטערנבוך, ראש בית דין פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן. (אויך האט זי א שוועסטער געהייראט צו הרב משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק און נאך א שוועסטער געהייראט צו הרב חנוך ערנטרוי, דער געוועזענער ראש בית דין פונעם לאנדאנער בית דין.)
ער האט געלערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה, דערנאך האט ער געלערנט אין דער מירער ישיבה אין ירושלים, װאו ער איז געװארן א תלמיד מובהק פון הרב נחום פרצאוויטש. שפעטער האט ער געהייראט מלכה, טאכטער פון הרב פרצאוויטש און אן אייניקל pון הרב חיים שמואלעוויטש.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: רבי אשר אריאלי |
- שיעורים פון הרב אריאלי, אויף העברעאיש און אויף יידיש, ביי קול הלשון
- דיון עליו בפורום אוצר החכמה