רוי:ארטישאק

פון המכלול
ווערסיע פון 07:30, 25 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"p")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ארטישאק
Artichoke71.jpg
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: Plantae
(unranked): Angiosperms
(unranked): Eudicots
(unranked): Asterids
סדר: Asterales
פאַמיליע: Asteraceae
אונטערפאַמיליע: Carduoideae
Tribe: Cynareae
מין: Cynara
זגאַל: C. cardunculus
בינאמינאלישער נאמען
Cynara cardunculus
L.
א קעסטעל פרישע ארטישאק'ס


דער ארטישאק (וויסנשאפטלעכער נאמען: Cynara cardunculus) איז א פיל-יעריגע (perennial) געוויקס מיט שטעכיגע בלומען פון די פאמיליע אַסטעראַַצעאיי (Asteraceae) אפקומסטיג פון דרום אייראפע ארום דעם מיטלענדישער ים. ער וואקסט ביז איינס און א האלב - צוויי מעטער הויך, מיט זילבערע-ליכט גרינע בלעטער פון פופציג - אכטציג צענטימעטער לאנג. די בלומען טוהען זיך אנטוויקלן אין א גרויסן קאָפ פון אן עסבארן קנאpף אומגעפער אכט ביז פופצען צענטימעטער אין דיאמעטער מיט צאלרייכע דריי-קאנטיגע שופן. דער עסבארער טייל פון דעם קנאפף ביישטייט הויפטזאכליך פון דעם פליישיגן נידעריגן טייל, עס ווערט געניצט צום עסן נאכן קאכן.

ברכה

אויף דעם ארטישאק מאכט מען די ברכה בורא פרי האדמה, אזוי ווי אויף אנדערע גרינסן.

בדיקת תולעים

אין דער ארטישאק געפינט זיך עפטערס קליינע שווארצע אינסעקטן (שרצים) צווישן די בלעטער, אדער רונדיכיקע גרינע אינסעקטן (שרצים) אויף די בלעטער, דערפאר אויב מען וויל ניצן די בלעטער דארף מען לױט דער הלכה זיי פריער אפשיילן און גיט אפשווענקן און נאכהער דארף מען קאנטראלירן.

מצוות התלויות בארץ

די ארטישאק וואקסט אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל דארף מען מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות און שמיטה.

שמיטה

דער דאטום וואס פאלט אויף דער ארטישאק די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש תשרי פון דעם זיבעטן יאר.

זעט אויך

רעפערענצען

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון