רוי:Windows Calendar
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
Windows Calendar (װינדאָס־קאַלענדאַר) איז אַ קאַלענדאַר אפליקאציע אײַנגעבױט אין Windows Vista. די װינדאָס־קאַלענדאַר איז תּומך א iCalendar טעקע־מוסטער, און האָט די מעגלעכקײַט צו פּובליקירן די קאלענדאר פונקציעס צו דער נעץ מיט נוצן HTTP אדער WebDAV. אױך קען מען זײ פובליקירן אין אַ לאָקאַלער נעצװערק.
די Windows Calendar איז ענדלעך צו דעם Microsoft Outlook קאלענדאר, אױסער דעם װאָס מען קען פּובליקירן די קאלענדאר פונקציעס צו דער נעץ און עס קומט אײַנגעבױט מיט דער Windows, מען דאַרף עס ניט קױפן באַזונדער מיט דער Microsoft Office.
אין Windows 7 קומט דער קאַלענדאַר װי אַ טײל פון דער Windows Live און עס קומט ניט מער װי אַ טײל פון דער Windows אָפּערירן סיסטעם.
Windows Calendar פונקציעס
- צײַגן דעם קאַלענדאַר װי אַ טעגלעכער, װאָכיקער און מאנאטלעכער מוסטער.
- באַשטימען אױפגאַבעס לױט דעם באַנוצערס פּריאָריטעט.
- אָנקלעפּן צעטלעך מיט קורצע באַמערקונגען.
- שיקן פאַרבעטונגען צו אַ בליצפּאָסט.
- שאַפן עטלעכע קאַלענדאַרן פאַר יעדער אײנציקער באַנוצער.
- מעגלעכקײַט צו פּובליקירן די Windows Calendar פונקציעס צו דער אינטערנעץ אדער צו א לאָקאַלער נעצװערק.