המכלול:וועגן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אידיש המכלול אצינד
המכלול ארבעט אויף מעדיעוויקי ווערסיע‏1.39.4 .
זי האט 13,213 ארטיקלען, און א סך הכל פון 34,732 בלעטער.
318,433 רעדאגירונגען זענען שוין אויסגעפירט געווארן.
76 ארויפגעשטעלטע פיילס זענען פארהאן.
עס זענען דא 186 איינגעשריבענע באניצער,
אריינגערעכנט 9 סיסאפן.
די אינפארמאציע איז ריכטיג לויט 18:13 (UTC) אום דעצעמבער 3, 2024.
אפדעיטן
יידישע המכלול סימבאל

די ײִדישע המכלול איז די המכלול אויף דער יידישער שפראך ווערסיע.

זי איז אזא סארט עלעקטראניש ענציקלאפעדיע וועבזייטל וואס אלע יידיש רעדערס פון דער גארער וועלט, זענען ערמעגליכט, באויפטראגט און געלאדענט, דאס פרייערהייט און אפנערהייט, צוגלייך פאר יעדן אייניג, שרייבן און רעדאגירן אויפן אינטערנעץ, - אלס וואלונטירן אן באצאלט קיין געלט אדער אנדערע טובת הנאה.

זי איז געגרינדעט געווארן א' כסליו ה'תשפ"ג (25 נאָוועמבער 2022) היינט צוטאג אנטהאלט זי 13,213 ארטיקלען.

מכון חכמת התורה

אלע שפראכן המכלולס, עבריש און אידיש, זענען איין גרויסער פילשפראכיגער אידישע ריינע ענציקלאפעדיע פראיעקט אונטער דעם בעלות פון מכון חכמת התורה הויפטקווארטירט אין ירושלים, געגרינדעט דורך יוסף קמינר.

מכון חכמת התןרה איז אזא סארט וואולטעטיגע ארגאניזאציע וואס האט אויף זיך געלייגט דעם ציל צו ברענגען ריינע תורה'דיגע דעת און קענטעניש צו יעדן איד אויף דער וועלט פריי אן אפצאל.

מכון חכמת התורה גיט זיך אפ אויך אין די טעכנישע אינציאטיוו און גרינדונג פון די פראיעקטן, אבער נישט אין איר ווערטשאפט, ווי צום ביישפיל טוט זי בלויז אויפהאלטן אירע סערווערס, דורך פאנדרעיזינג, וואס קאסט אפ שווערע הונדערטע טויזנטע א יאר.

מכון חכמת התורה האט דריי פראיעקטן:
מוסטער:הויפט זייט/פראיעקטן

ביישטייערן צו דער המכלול

יעדער איינער קען ביישטייערן צו המכלול מיט א קליק אויפן רעדאַקטירן טאַב אין אן ארטיקל. איידער איר הייבט אן בייצושטייערן איז כדאי איבערצוקוקן עטלעכע האנטיקע געצייג ווי די לעקציע אן די פאליסיס און אנווייזונגען, ווי אויך דעם ברוך-הבא בלאט.

אסאך ארטיקלען הייבן אן אלס שטומף ארטיקלען, אבער, נאך פילע ביישטייערונגען, קענען זיי ווערן אפילו רעקאמענדירטע ארטיקלען.

טאמער איר ווערט געוואויר אז המכלול האט נישט קיין ארטיקל אויף א טעמע וואס אינטערעסירט אייך, מעגט איר בעטן מ'זאל שרייבן דעם ארטיקל (אדער איר קענט פארשן די טעמע און שרייבן דעם ארטיקל אליין).

זעט אויך