רוי:רבי יהושע מנחם עהרנבערג

פון המכלול
ווערסיע פון 00:19, 25 נאוועמבער 2022 דורך שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יהושע מנחם עהרנבערג
טעטיקייט ארט גאליציע, ישראל
באלאנג גאליציאנער רבנים, בעלזער חסידות
זיינע רביס הרב מאיר אריק און רבי אהרן רוקח פון בעלזא
חיבורים "דבר יהושע", "ראשי בשמים".

הרב יהושע מנחם (יהושע מענדל) עהרנבערג (י"ב טבת ה'תרס"ה, 1905כ"ד אדר ב' ה'תשל"ו, 1976) איז געווען א חסידישער פוסק און אב בית דין אין תל אביב. ער האט געדינט ווי דער הויפט־רב אין די ציפערן פארהאלט-לאגערן.

לעבנסגעשיכטע

הרב יהושע מנחם איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל קעמעטשע, אונגארן צו זיינע עלטערן יצחק-אריה לייב און שרה עהרנבערג, וואס האבן געשטאמט פון גארליץ אין גאליציע. אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט ביי הרב נפתלי הירץ באמבאך אב"ד סאמבאר מחבר פון "גבעת הלבונה", און נאכהער ביי הרב מאיר אריק אב"ד טארנע וואס האט אים געגעבן היתר הוראה; אויך האט ער געהאט היתר הוראה פון הרב הורוויץ מפראוואזשנע און הרב פירער פון קראסנא.

אין תרפ"ה האט ער געהייראט הינדא-לאה בירנבוים (זי איז געווען איינע פון די ערשטע תלמידות פון שרה שענירער) פון קראקע, וואו ער האט געלערנט ווייטער. ביים חורבן אייראפע האט ער געוואלגערט פיל מאל. ער איז געווארן איינגעזעצט אין דער באכניער געטא, אבער האט געזדאנזשעט צו אנטלויפן אין סלאוואקיי און פון דארט קיין אונגארן.

ער איז געווען נאנט צום בעלזער רב, וואס האט אים מספיד געווען אין דער בעלזער ישיבה אין אגריפס גאס, ירושלים ביי זיין לוויה. ער ליגט אין הר הזיתים.

משפחה

הרב יהושע מנחם און זיין ווייב הינדא לאה האבן געהאט דריי טעכטער. איין טאכטער ריבֿה האט געהייראט אברהם חנוך אבראמאוויטש, א זון פונעם עסקן יהודה מאיר אבראמאוויטש. מוסטער:רב-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!