רוי:באשיידנקייט
צניעות איז א עטישע און מאראלישע מדה וואס ווייזט אויף איידלקייט.
צוליב איר שטארקע קראפט וואס א מענטש קען נישט קאנטראלירן איז נאר איגנארירען דער איינציגער אויסוועג פטור צו ווערן פון אירע ציאונגען. דאס איז דער ווייזונג אז א מענשט איז אפגעהיטן און הייליג און ער לאזט זיך נישט אריין אין נסיונות.
גאָר אסאך פארבאטונגן מצוות און מנהגים פון די אידשע טראדיציע ווערן אנגעגעבן אלס דער ציל און טעם אדער סיבא וועגן צניעות פאקטאר
אויך ווען הלכה'דיג איז עס גענצליך מותר האלטן זיך חסידים דערפון צוריק ווען אנדערע זעען צו. ווי צ"ב גיין האנד ביי האנד אדער זיך קושן און ארומנעמען מיט גרויסע טעכטער אדער מיט דער אייגינער פרוי ווען זי איז ריין ווייל דאס קען אנווארעמען די הארמאנאנען פון מאנצבילן.
ביי טייל חרדים איז דא ספעציעלע עסקנים וואס געבן זיך אפ מיט האלטן די צניעות סטאנדארטן, און צוריק האלטן די דאזיקע געפאלנקייטן אויף ווי ווייט מעגליך, דורך באקעמפן די באטרעפענדע און צושטערן נידעריגע געשעענישן. - זיי הייסן געווענליך משמרת הצניעות און רופן ארויס א פחד ביי פורקי עול.
רבי משה פיינשטיין האט געפסקענט אז צניעות איז א באגריף וואס מ'קען נישט אין אלגעמיין אפטיטלען לויט אפאר פרומע קנאים נאר מוזן נאכגעפארשט ווערן וויאזוי איז דער מנהג המקום אויב איז דער סדר צו גיין.
רעפערענצן
- הרב אליקים געציל עלינסאן Women and the Mitzvot: The modest way. An extensive review of the laws of modesty including synagogue separation, mingling of the sexes, and women's dress. ISBN 1-58330-148-8.
- הרב פסח אליהו פאלק: "עוז והדר לבושה". יסודותדיק ספר וועגן צניעות.
וועבלינקען
מידות |
---|
אומאינטערעס | איידלקייט | אנטוישונג | אמת | אנטמוטיגט | באשיידנקייט | בטחון | גוט הארציקייט | געדולד | געוויסן | הארטנעקיגקייט | היפאקריטיע | הכרת הטוב | השגה | ענווה | פלייסיגקייט | פרישות | שווייגן | ריינקייט | סדר | מנוחת הנפש | פאראט | ערליכקייט | חכמה | כעס | ליגענט | פארביטערטקייט | כפוי טובה | חוצפה | צומישטקייט | מרה שחורה | עצלות | פארשעמט | ליידיג | פיינטשאפט | לאנגווייליג | ענטוזיאזם | קנאה | פאנאטישקייט | פארכט | תענוג | טרויער | זעלבסט שולד | פרייד | האס | בענקשאפט | האפענונג | גרויל | באליידיגונג | קנאה | עלנד | ליבע | גלוסט | עצבות | פאניק | רחמנות | חרטה | אפווארפונג | חרטה | זעלבסט-רחמנות | פאראכטונג | רואיגקייט | ליידן | שטוינונג | תשובה |