רוי:קרייצבאן

פון המכלול
ווערסיע פון 04:56, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "׳" ב־"'")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קרייצבאן
Crossrail
Crossrail seal only.svg
אינפא
טיפ פארשטאטיש
סיסטעם נאציאנאלע באן
סטאטוס ביי קאנסטרוקציע
לאקאציע גרויסלאנדאן; בארקשיר, באקינגהאמשיר, עסעקס
סוף-סטאנציעס מזרח: עבי וואוד / שענפילד
מערב: היטרוי ערפארט / רעדינג
צאל סטאנציעס 40 (פלאנירט)
אפעראציע
פארוואלטער MTR קארפאראציע 
באוועגליכער סטאק קלאס 345
9 וואגאנען אין א באן
טעכניש
ליניע-לענג אומגעפער 118 ק"מ
עלעקטריפיקאציע 25kV 50 Hz AC (אויבן-ליניעס)
העכסטע גיך 140 ק"מ א שעה/ (90 מייל א שעה)

קרייצבאן איז א 118-קילאמעטער (73-מייל) אייזנבאן ליניע אינמיטן אנטוויקלונג אין לאנדאן און די היים גראפנטשאפטן בארקשיר, באקינגהאמשיר און עסעקס, מיטן צוועק פון שאפן א נייע מזרח-מערב רוטע אריבער לאנדאן און פארזארגן א נייע הויך־פרעקווענץ צופארער און פארשטאטישע פאסאזשירן באדינונג. קאנסטרוקציע פון דער ליניע האט אנגעהויבן אין 2009, און דער צענטראלער טייל און א גרויסער אפטייל פון דער ליניע, צווישן פאדינגטאן אין צענטראל לאנדאן און עבי וואוד אין דרום־מזרח, האט געדארפט עפענען אין דעצעמבער 2018; ענדליך איז די ליניע נאך נישט אפן אין 2022. ווען די באדינונגען הייבן אן וועט מען רופן די ליניע מיטן נאמען עליזאבעט ליניע נאך דער מלכה עליזאבעט די צווייטע.[1]

איינער פון די מזרח צווייגן, צווישן ליווערפול סטריט און שענפילד אין עסעקס, איז אריבערגעגעבן געווארן צו א צייטווייליגע באדינונג וואס הייסט TfL באן אין 2015; דעם אפצווייג וועט מען באהעפטן צו דער צענטראלער רוטע אדורך צענטראל־לאנדאן קיין פאדינגטאן. דער מערבדיקער אפטייל פון פאדינגטאן קיין היטרוי ערפארט און רעדינג אין בארקשיר, האט אנגעהויבן אפערירן אין דעצעמבער 2019.

ביי ביידע עקן פונעם צענטראלן הארץ צעטיילט זיך די ליניע אין צוויי צווייגן: אין מזרח, קיין עבי וואוד און שענפילד אין עסעקס, און אין מערב, קיין היטרוי פליפעלד און רעדינג אין בארקשיר.

מען האט באשטעטיקט דעם פראיעקט אין 2007 און קאנסטרוקציע האט אנגעהויבן אין 2009 אויפן צענטראלן אפטייל און פארבינדונגען מיט עקזיסטירנדע ליניעס וואס וועלן ווערן א טייל פון דער רוטע.[2] מען האט באשילדערט קרייצבאן איינעם פון אייראפע'ס גרעסטע אינפראסטרוקטור קאנסטרוקציע פראיעקטן.[3][4][5] זיין הויפט אייגנשאפט איז 21 ק"מ פון נייע צווילינג טונעלן דורך צענטראל־לאנדאן. די דאזיקע טונעלן וועלן גיין פון פאדינגטאן קיין סטראטפארד און קאנערי ווארף אין מזרח.[6] א כמעט אינגאנצן נייע ליניע וועט זיך אפצוייגן פון דער הויפט ליניע ביי ווייטשעפל צו קאנערי ווארף, ארונטערגיין דעם טייך טעמז, מיט א נייע סטאנציע ביי וואוליטש, ענדלעך פארבינדן זיך מיט דער צפון קענט ליניע ביי דער עבי וואוד סוף־סטאנציע.

רוטע

קרייצבאן
BSicon KBHFa.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg רעדינג
BSicon BHF.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg טווייפארד
BSicon BHF.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg מיידנהעד
BSicon hKRZWae.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg טעמז
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg טאפלא
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg בערנהאם
BSicon BHF.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg סלא
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg לענגלי
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg אייווער
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg וועסט דרייטאן
BSicon STR.svgBSicon tKBHFa.svgBSicon leer.svg היטרוי טערמינאל 5
BSicon STR.svgBSicon tABZg+r.svgBSicon tKBHFaq.svg היטרוי טערמינאל 4
BSicon STR.svgBSicon tBHF.svgBSicon leer.svg היטרוי צענטראל
BSicon STR.svgBSicon tSTRe.svgBSicon leer.svg
BSicon KRWr.svgBSicon KRWg+l.svgBSicon leer.svg פליפעלד קנופ
BSicon BHF.svg הייז און הארלינגטאן
BSicon BHF.svg סאדאל
BSicon HST.svg האנוועל
BSicon BHF.svg מערב אילינג
BSicon BHF.svg אילינג בראדוויי
BSicon HST.svg אקטאן הויפט ליניע
BSicon eHST.svg אלד אק קאמאן
BSicon KRW+r.svgBSicon xKRWgl.svgBSicon leer.svg
BSicon STR.svgBSicon extSTRa.svgBSicon leer.svg
BSicon KXBHFe-R.svgBSicon extXBHF-L.svgBSicon leer.svg פאדינגטאן
BSicon extBHF.svg באנד סטריט
BSicon extBHF.svg טאטנהאם קארט ראד
BSicon extBHF.svg פארינגדאן
BSicon KXBHFa-R.svgBSicon extXBHF-L.svgBSicon leer.svg ליווערפול סטריט
BSicon STR.svgBSicon extKRWr.svgBSicon extKRW+l.svg
BSicon STR.svgBSicon leer.svgBSicon extBHF.svg ווייטשעפל
BSicon eABZg+r.svgBSicon extSTReq.svgBSicon extABZgl.svg
BSicon STR.svgBSicon leer.svgBSicon extBHF.svg קאנערי ווארף
BSicon BHF.svgBSicon leer.svgBSicon extSTRe.svg סטראטפארד
BSicon STR.svgBSicon leer.svgBSicon exBHF.svg קאסטאם הויז
BSicon STR.svgBSicon leer.svgBSicon exTUNNEL2.svg קאנאט-טונעל
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon extSTRa.svg מערילאנד
BSicon STR.svgBSicon leer.svgBSicon extKRZW.svg טעמז
BSicon STR.svgBSicon leer.svgBSicon extHST.svg וואוליטש
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon extSTRe.svg פארעסט גייט
BSicon STR.svgBSicon leer.svgBSicon exKBHFe.svg עבי וואוד
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg מאנאר פארק
BSicon BHF.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg אילפארד
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg סעוון קינגס
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg גודמייז
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg טשאדוועל היט
BSicon BHF.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg ראמפארד
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg גידעא פארק
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg האראלד וואוד
BSicon HST.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg ברענטוואוד
BSicon KBHFe.svgBSicon leer.svgBSicon leer.svg שענפילד

קרייצבאנ'ס צענטראלער יאדער אפטייל וועט ניצן נייע מזרח-מערב צווילינג טונעלן אונטער צענטראל־לאנדאן, וואס שפאלט זיך אין צוויי צווייגן ביי יעדן עק. די טונעלן זענען לאנג בערך 22 קילאמעטער (14 מייל) .

אין מזרח, שפאלט זיך די ליניע ביי ווייטשעפל, מיט איין צווייג פארנדיק אריבער דער עקזיסטירנדע גרויסאיסטערן הויפטליניע אדורך סטראטפארד צו שענפילד, און דער אנדערער צווייג דורך קאנערי ווארף ארויסקומענדיק פונעם טונעל ביי קאסטאם הויז אויף א נישט־באניצטן טייל פון דער נארד לאנדאן ליניע, און ממשיך ווייטער אונטערן טייך טעמז קיין עבי וואוד.

צו מערב, פארבינדט זיך די רוטע מיט דער גרויסמערבדיקער הויפליניע ביי פאדינגטאן און פארט קיין הייז און הארלינגטאן, וואו זי צעשפאלט זיך. איין צווייג גייט נאר קיין היטרוי צענטראל (פאר טערמינאלן 2 און 3) און היטרוי טערמינאל 4, און דער אנדערער צווייג פארט אריבער די עקזיסטירנדע הויפט ליניע קיין רעדינג.[7][8]

מערבדיקע צווייגן

פאדינגטאן וועט זיין א הויפט איבערבייט פאר קרייצבאן מיטן  the לאנדאנער אונטערגרונט און גרויסוועסטערן הויפטליניע באדינונגען.
א מערבדיקער צווייג פון דער עליזאבעט ליניע וועט באדינען דריי סטאנציעס ביי היטרוי פליפארט
פאדינגטאן וועט זיין א הויפט איבערבייט פאר קרייצבאן מיט דער לאנדאנער אונטערגרונט און Great Western Main Line services.

דער הויפט מערבדיקער אפטייל גייט אויף דעם אייבערפלאך פון רעדינג ביז אקטאן הויפט ליניע. מען טוט אויסבעסערן די סטאנציעס מיידנהעד, טאפלא, בערנהאם, סלא, לענגלי, אייווער, וועסט דרייטאן, הייז און הארלינגטאן, סאדאל, האנוועל, מערב אילינג, אילינג בראדוויי און אקטאן הויפט ליניע.

צענטראלער אפטייל

א באגרעניצטע צאל שפיץ־שעה'ן באנען פון גידעא פארק וועלן פארענדיגן ביי דער היינטיקער ליווערפול סטריט הויפטליניע סטאנציע.

די צענטראלע טונעלן גייען פון א פארטאל א ביסל מערב פון פאדינגטאן קיין ווייטשעפל, און דער טונעל ציט זיך ווייטער קיין סטראטפארד און קאנערי ווארף.

די נייע סטאנציעס זענען פאדינגטאן, באנד סטריט, טאטנהאם קארט ראד, פארינגדאן, ליווערפון סטריט און ווייטשעפל, מיט איבערבייטן צו לאנדאנער אונטערגרונט און אנדערע נאציאנאלע באן באדינונגען. די סטאנציעס אין דעם צענטראלן אפטייל האבן אלע באזונדערן ארקיטעקטור ביים גאס ניווא; ביים פעראנען ניווא זענען אלע גלייך, כולל הויכע פעראנען טירן מיט אינפארמאציע טאוועלן.

צוליב דער גרייס און לאקאציע פון די נייע פעראנען, איז פארינגדאן סטאנציע אויך פארבונדן פון בארביקאן סטאנציע און ליווערפון סטריט מיט מורגייט סטאנציע.

רעפערענצן

  1. Jobson, Robert (‏‏23סטן פעברואר 2016). "Crossrail named the Elizabeth line: Royal title unveiled as the Queen visits Bond Street station", London Evening Standard. דערגרייכט דעם ‏23סטן פעברואר 2016. 
  2. Thomas, Nathalie (‏‏26סטן אויגוסט 2013). "Going underground on Crossrail: A 40-year project is taking shape", The Telegraph. 
  3. "Crossrail's giant tunnelling machines unveiled", BBC News (‏2טן יאנואר 2012). 
  4. Digging deep: Europe's biggest infrastructure project. Allianz Global Corporate & Specialty (‏‏4טן יולי 2013). דערגרייכט דעם ‏19טן אקטאבער 2013.
  5. Europe's Largest Construction Project. Crossrail Ltd. דערגרייכט דעם ‏19טן אקטאבער 2013.
  6. 42 קילאמעטער פון נייע באן טונעלן אונטער לאנדאן. קרייצבאן (2013). דערגרייכט דעם ‏18טן מערץ 2013.
  7. "London Crossrail plans extended to Reading", BBC News (‏27סטן מערץ 2014). דערגרייכט דעם ‏27סטן מערץ 2014. 
  8. Crossrail extended to Reading. דעפארטמענט פאר טראנספארט. דערגרייכט דעם ‏27סטן מערץ 2014.