רוי:פאניוועזשער ישיבה

פון המכלול
ווערסיע פון 04:33, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "׳" ב־"'")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די בנין הישיבה
טעקע:450px-Ponovezh Original 2.jpg
ארון הקודש פון איין שטיק גין גאלד

די פאנעוועזשער ישיבה אין בני ברק ווערט גערעכנט איינע פון דער חשבסטע ליטווישע ישיבות היינט צוטאגס.

הרב יוסף שלמה כהנעמאן האט געגרינדעט די ישיבה אין דער שטאט פאנעוועזש אין ליטע.

די ערשטע ראשי ישיבות זענען געווען רבי שמואל ראזאווסקי צוזאמען מיט רבי אלעזר מנחם מן שך, רבי אברהם אבא גראסבארד און הרב דוד פאווארסקי. רבי אברהם אבא גראסבארד איז געווען דער ערשטער משגיח; נאך זיין פטירה איז זיין ממלא מקום געווען רבי אליהו דעסלער.

היינט זענען די ראש ישיבות רבי גרשון עדלשטיין, רבי בערל פאווארסקי און הרב שמואל מארקאוויטש.

אין דער ישיבה לערנען בערך 1700 בחורים. אחוץ דעם איז דא א כולל פון טויזנט יונגעלייט.

היסטאריע

די ישיבה איז געגרינדעט געווארן אין פאנאוועזש, ליטע.

אין יאר ה'תרפ"ה ווען הרב יוסף שלמה כהנעמאן איז געווען דארט שטאט'ס רב, האט מען געווידמעט די נייע ישיבה געביידע וואס מ'האט געבויט עטלעכע פיר יאר לעבן דעם אלטן בית המדרש אין "גליקל'ס קלויז". די געשעעניש האט געפייערט מיט גרויסן פראכט ווען ס'איז געווען אנוועזנד פערזענלעכייטן פון פון די נאציאנאלע און מוניציפאלע רעגירונגען, ווי אויך רבנים פון אנדערע שטעט, און דעם מעמד איז געווען ברייט באשריבן אין די ליטווישע יידישע צייטונגען. דאס געלט פארן בוי־פראיעקט איז געקומען מערסטנס פון ווען הרב כהנעמאן איז געפארן קיין דייטשלאנד אין אויגוסט 1920פארן צוועק פון זאמלען נדבות פאר דער ישיבה. זומער תרפ"ח האט מען פארברייטערט דעם "קאמפוס" פון דער ישיבה נאכאמאל: מיט א נדבה פון דעם פאנאוועזשער גביר יעקב דוב רובינשטיין, האט מען צוגעשטלעט די גרויסע פראכטפולע געביידע "רובינשטיין הויז" פאר דער ישיבה קטנה און דער מכינה. אין דעם בנין האט מען אויך אויפגעשטעלט צימערן פאר אן אינטערנאט און אן עסזאל.[1] אלס משגיח אין "רובינשטיין הויז" האט מען באשטימט הרב אברהם אבא גראסבארד, וואס איז שפעטער געווערן דער ערשטער משגיח פון דער ישיבה אין ארץ ישראל. אין ווינטער פון יאר ה'תרפ"ט (1928–1929) האבן געלערנט אין דער ישיבה גדולה הונדערט בחורים, אין דער ישיבה קטנה אין רובינשטיין הויז – 105 בחורים, און אין דער מכינה - פינף און זעכציק.

טעקע:Ponovitch.jpg
ה' אייר פלאטערט פאן העכער די בנין הישיבה

די ישיבה אין ארץ ישראל

מחלוקת פאנאוועזש

ס'גייט איצט אן דארטן א מעכטיגע קריג צווישן רבי אליעזר כהנעמאן, אן אייניקל פון גרינדער בן אחר בן, מיט זיין איידעם הרב שמואל מארקאוויטש. למעשה זענען די בחורים צעטיילט האלב און האלב, אבער בעלות וואס זעט זיך אן אין סטאטוס קווא ווי אדמיניסטראציע און כבוד, איז מער פאר הרב כהנעמאן, צוליב דעם וואס אלע ליטווישע ראשי ישיבות און רבנים פון בני ברק זענען מיט אים. אבער הרב מארקאוויטש האט דעם גרעסטן ליטווישן רב, הרב יוסף שלום אלישיב אויף זיין זייט דעריבער האלט ער דאס אן. זיין טענה איז אז ער האט באקומען אויף נדן א צוזאג די ראש ישיבהשאפט, און דער זון וועט נאר בלויז זיין מנהל. און די סיבה פארוואס הרב אלישיב איז מיט אים איז צוליב א צוואה פון הרב שך אז דער בעלות פון דער ישיבה איז נישט ווי אדמורות און דאס גייט נישט בירושה דעריבער דארף דאס נישט גיין פארן זון. [מקור פארלאנגט]

געוועזענע ראשי ישיבות

באקאנטע תלמידים

מוסטער:יידישקייט-שטומף

  1. שמואל קול, אחד בדורו: קורות חייו, מאבקו ופעלו של רבי יוסף שלמה כהנמן, פרק כד: ישיבת פוניבז', עמ' 268–270.