רוי:ווארשע
|
וואַרשע (פּױליש: Warszawa) איז די הויפּטשטאָט פֿון פּױלן. זײַן באַפֿעלקערונג איז 1,697,596 (אין יאָר 2005). ייִדן האָבן געוווינט אין וואַרשע זינט דעם 15טן יאָרהונדערט, דאָס רובֿ וואַרשעווער ייִדן האָבן דעמאָלט גערעדט ייִדיש. ביים חורבן האבן די נאַציס אויפֿגעשטעלט אין וואַרשע די גרעסטע געטאָ מיט 450,000 מענטשן (זעט מער: וואַרשעווער געטאָ).
היסטאריע
ווארשע איז געגרינדעט געווארן אין דעם 9טן יארהונדערט, און איז געווארן א שטאט אינעם 13טן יארהונדערט.
נאך דער פאראייניקונג פון פוילן מיט ליטע, האט מען געקליבן ווארשע, וואס געפינט זיך צווישן דער אלטער פוילישער הויפטשטאט קראקע און דער ליטווישער הויפטשטאט ווילנע, פאר דער הויפטשטאט פון דער נייער קאמאנוועלט. אין 1596 האט דער מלך זיגמונט דער דריטער אריבערגעפירט די הויפטשטאט פונעם מלך פון פוילן פון קראקע צו ווארשע.
אין יענער צייט האט ווארשע געהאט 14,000 איינוואוינער, אין דער אלטשטאט זענען געווען 169 הייזער, אין דער ניישטאט 204 הייזער, און נאך 320 הייזער אין די פארשטעט.
טראנספארט
די הויפט באן סטאנציע איז ווארשע צענטראל באן סטאנציע וואס באדינט סיי אינלענדישע פארקער צו אלע וויכטיגע שטעט אין פוילן און סיי אינטערנאציאנאלע צילן. ס'זענען פאראן נאך פינעף וויכטיקע באן סטאנציעס אין ווארשע.
די וואַרשעווער קהילה
אין תרט"ו האט מען אויפגענומען הרב דוב בער מייזלס אב"ד פון ווארשע; ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז זיין פטירה אין תר"ל.
וואַרשע פֿאַרמאָגט רײַכע און אַלטע ייִדישע געשיכטע. דווקא דאָ, פֿאַרן חורבן, האָבן זיך באַזעצט אַ סך חסידישע רביס - דער מאָדזשיצער, דער וואַָרקער, דער ראַדאָמסקער, דער נאָוואָמינסקער ליגן אויפֿן אָרטיקן בית־עולם אויף דער גענשער גאס (געגרינדעט אין 1806 יאָר). פֿון 1936 ביז דער צווייטער וועלט מלחמה, האָט די ועד ראשי השוחטים דמדינת פולין וליטא געפלעגט צוזאַמען קומען אין ווארשע. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דער אַנדערער בית־עולם, אויף זײַט ווײַסל, חרובֿ געוואָרן, ווי אויך אַרום 400 שולן און בתּי־מדרשים. די איינציקע, וואָס שטייט ביז הײַנט, איז די שול אויפֿן נאָמען פֿון זלמן און רבֿקה נאָזשיק - וווּ געפֿינט זיך איצט די וואַרשעווער קהילה.
געגרינדעט אינעם יאָר 1997, די קהילה איז א טייל פֿון דעם ועד הקהילות היהודיות בפולין. די קהילה איז ווײַט ניט אַזוי גרויס ווי אַמאָל - 300 טויזנט פֿאַר דער מלחמה און 500 נפֿשות איצט - אָבער זי האַלט בײַ אויפֿבויען אַ ייִדיש לעבן. אין אַ געוויסן זין איז וואַרשע - מיט כּלערײַ טעטיקייטן, פֿון קינדערגאָרטן ביז אַ מקוה און חברה קדישא - אַ מוסטער פֿון ייִדישן אויפֿלעב אין מזרח־אייראָפּע.
לויט די לעצטע שאַצונגען עס וווינט אין פּוילן אַן ערך 1200 ייִדן, אָבער אין די ייִדישע קרײַזן רעדט מען פֿון 30 טויזנט מענטשן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. אַ סך פֿון זיי זענען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרטאָן אין עפֿנטלעכע אַקטיוויטעטן פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. ס'איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די מיטגלידער פֿון חבֿרה קדישא, מענער און פֿרויען, זענען דערעיקרשט יונגע מענטשן.
די אויפֿגאַבע פֿון דער ק"ק וואַרשע באַשטייט אין העלפֿן די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן ווי אויך ייִנגערע אין פֿירן אַ ייִדיש לעבן. אַן אַנדער געביט פֿון טעטיקייט האָט צו טאָן מיט גרונט־אייגענטום, וואָס די ייִדישע קהילה האָט באקומען פֿון דער מלוכה אויפֿן סמך פֿון דעם רעסטיטוציע־געזעץ. אַזוי אַרום איז דער וואַרשעווער קהילה צוריקגעגעבן געוואָרן די ישיבֿת חכמי לובלין און די שול אין קאזמיר - אַ שטעטל באַרימט פֿון רבי יחזקאל קאָזמירער.
אין דער לובלינער ישיבֿה געפֿינט זיך אַן אָפּטייל פֿון דער קהילה. דאָרטן קען מען אויך באַקוקן אַן אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פֿון דער ישיבֿה און איר גרינדער, דער וועלט־באַרימטער רבֿ יהודה מאיר שפירא.
די קהילה האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן עטלעכע פּובליקאַציעס געווידמעט דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין וואַרשע, צוו. אנד. ”דאָס געדענקען. מאָנומענטס ייִדישע אין וואַרשע“, ווי אויך ”סידור של ילדים“ - אילוסטרירטער סידור עבֿרי־פּויליש, און ”שערי תשבֿה“ - סידור של יום חול און שבת מיט פּוילישער איבערזעצונג. דער בולעטין פֿון ק"ק וואַרשע דערשײַנט אַיעדע צוויי חדשים.
וועבלינקען
- די וואַרשעווער קהילה (פּױליש)
- ווידעא פון דער אידישער ווארשע פאר דער צווייטער וועלט מלחמה
- ווארשאווער אויפשטאנד 1944
- אפיציעלע וועב ארט פון ווארשע
- ווידיא פון ווארשע
- פלעצער אין ווארשע
- אפיציעל טוריסטן וועבזייטל פון ווארשע
- Sightseeings in Warsaw
- Warsaw Life - Travel Guide and Events
- Warsaw's entry at Wikivoyage
- Appartements in the Old Town
- Interactive city map
- Warszawa.pl (Polish)
- Wirtualna Warszawa (Polish)
- Panorama of the city center
- הימל־ליניע פון ווארשע
- Skyscrapers Diagram of Warsaw
- מאדערנער ארכיטעקטור אין ווארשע
- Socrealistic architecture in Warsaw
- Interactive guidebook to Warsaw prior to 1944 (Polish)
- A fantastic website completetly devoted to highlighting what buildings survived WW2
- Old Warsaw postcards - before and after photos
- Map and pictures of Warsaw forts (Polish)
- היסטארישע בילדער פון ווארשע