המכלול שמועס:רייניגונג פראיעקט

ווערסיע פון 01:39, 23 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפֿן בלאַט מיט 'אלע ארטיקלען וועלן באקומען די "אומבאקוקט" און "יידיש" קאטעגאריעס. ווען איר עפנט אן אומבאקוקטן בלאט, אויב: * עס איז באשטייט '''בלויז''' פון קלארע כיעור, מינות, וכדומה * עס איז א ווייטערפיר (הפניה, רעדירעקט) וועלכע איז '''בלויז''' וויכטיג פאר יידיש ליינער (ווי װײ...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
צושטעלן טעמע

אלע ארטיקלען וועלן באקומען די "אומבאקוקט" און "יידיש" קאטעגאריעס.


ווען איר עפנט אן אומבאקוקטן בלאט, אויב:

  • עס איז באשטייט בלויז פון קלארע כיעור, מינות, וכדומה
  • עס איז א ווייטערפיר (הפניה, רעדירעקט) וועלכע איז בלויז וויכטיג פאר יידיש ליינער (ווי װײַסל וואס פירט צו ווייסל)

דאן מעקט אויס דעם בלאט. אין ערשטן פאל, נעמט אויך אוועק פריערדיגע ווערסיעס.


אויב איז פארהאן קלארע כיעור, מינות, ראיות אסורות, וכדומה, אינמיטן אן ארטיקל, מעקט אויס דעם שטיקל, און:

  • לייגט צו דעם "אינהאלט אראפגענומען" קאטעגאריע. דאס קען פארמיידן אסאך קאפוויי שפעטער
  • נעמט אוועק דעם "אומבאקוקט" קאטעגאריע (אויב האט איר איבערגעקוקט דאס גאנצע)


אויב דער גאנצער בלאט, אדער א חלק דערפון, איז אין די גרויע תחום צווישן האלטן אדער מעקן, דאן:

  • לייגט צו דעם "פאדערט צופאסונג" קאטעגאריע
  • פרובירט צו עפענען א שמועס דערוועגן, מיר זאלן צוזאמען צוקומען צו ריכטיגע פרינציפן און מהלכים


סיי וויאזוי, אויב ווערט דאס בלאט נישט געמעקט, און איר האט עס איבערגעקוקט און געטוישט פון יידיש אויף אידיש (ראטזאם!), דאן נעמט אויך אראפ דעם "יידיש" קאטעגאריע.


נאך אפאר זאכן צו האלטן אין געדאנק:

  • א ריזן חלק ארטיקלען זענען כמעט בלויז ווערטערבוך-זאצן. ווען די נושא פאר זיך איז פאסיג און קען נוצן אן ארטיקל, דאן מעקט עס נישט אויס, נאר שטעלט דעם "פיצעלע ארטיקל" קאטעגאריע. ווען די נושא פאר זיך איז נישט אזוי איי איי איי, קען מען גרינגער מעקן ווען צו דעם איז עס נאך פיצל.
  • ערכי יהדות וועלכע דארפן פארברייטערט ווערן איידער מיר גייען לרשות הרבים, צו טראגן א שטיקל פנים, שטעלט צו דעם "אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן" קאטעגאריע.
  • ערכי יסוד אין אנדערע געביטן וועלכע דארפן פארברייטערט ווערן איידער מיר גייען לרשות הרבים, צו טראגן א שטיקל פנים, שטעלט צו דעם "עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן" קאטעגאריע.
  • ארטיקלען איבער רבנים, רביים, וכדומה, שטעלט צו דעם פאסיגן טיטל (געווענליך "רבי") צום נאמען. מאכט זיכער אז איר לאזט א ווייטערפיר צום אלטן נאמען.
חזרה לדף המיזם "רייניגונג פראיעקט".