רוי:אהרן חארינער

פון המכלול
ווערסיע פון 07:19, 2 פעברואר 2022 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אהרן חורינער

הרב אהרן חארינער (כ"ח אב ה'תקכ"ו - ט' אלול ה'תר"ד) איז געווען א רעפארמער רב, וואס האט ארויסגעגעבן השכלה'ישע ביכער.

ער האט געלערנט אין די ישיבות פון פראג און מאטערסדארף, און האט באקומען היתר הוראה פונעם נודע ביהודה, וואס ער האט געהאלטן אלס רבו המובהק. ער איז געווען רב אין שטאט אראד, ער האט ארויסגעגעבן עטליכע חיבורים. קודם האט מען געמיינט אז באלאנגט פאר די פרומע אידן, ער האט קודם געהאט א מערכה פון דער שנירל פיש, ער האט עס מתיר געווען נאכן פסק פונעם נודע ביהודה, און גע'טענה'ט אז די וואס אסר'ן די פיש, גייען בלינדערהייט נאך א מנהג ישראל אפילו עס האט נישט קיין מקור אין די הלכה. דערמיט האט מחולק געווען מיטן הרב מרדכי בנעט וואס האלט אז די פיש איז אסור.

ביי איינע פון זיינע חיבורים האט ער געהאט א הסכמה פון דעם גאון רבי משה דער הויפט רב פון אויבן ישן, און דאס האט אים געגעבן מוט און שטארקייט אנגיין מיט זיין מערכה, ווען עס האט אויסגעבראכן די חילוקי דעות צו מען מעג אוישפטעלן א שוהל ווי א טעמפל, האבן אלע רבנים און גאונים אין די צייט געהאלטן אז ניין, און דעפאר האבט די רעגירונג אין דייטשלאנד נישט געגעבן קיין רשות פאר די רעפארמער צו עפעענן אזא סארט שול ביז האבן געברעגנט א הסכמה און א ספר פון דעם רב אהרן חורינער דעמאלטס האט די רעגירונג געזאגט אויב א רב פון די אידן האלט עס איז גיט איז עס מותר.

זיין גרעסטער קעגענער איז געווען רבי משה סופר דער בעל חתם סופר; ער רופט אים אָן אין זיינע תשובות אחר. דער חת''ס האט אויך געשיקט א בריוו צו רבי אפרים מרגליות מיט א טענה פארוואס זיין ערשטע תשובה אין זיין שו''ת ספר, איז צו אהרן חארינער.