רוי:תרפ"א ראיאטן
תרפ"א אויפרוהר איז געווען א טעראריסטישער אויפרוהר וואס די אראבער האבן געמאכט קעגן די יידן אין יפו ארץ ישראל אין יאר כ"ג ניסן ה'תרפ"א (1טן מײַ 1921) במשך פֿון 5 טעג. אין דער געשעעניש זיינען געמרדעט געווארן 43 יידן און 140 פארוווּנדעט געווארן.
דער אויפרוהר האבן זיי געמאכט נאך וואס דער בריטישער קאלאניען מיניסטער "ווינסטאן טשערטשיל" איז געקומען אויף א באזוך אין ארץ ישראל, און האט אפגעזאגט די אראבער פון זייער פארשלאג צו פארמיידן די ציונות און אויפשטעלן אן אראבישע רעגירונג אין ארץ ישראל.
דער ציל פון דער אויפרוהר איז געווען צו ווייזן פאר די וועלט אז די אראבישע נאציאנאליסטישע באוועגונג איז זייער שטארק, כדי צו באקומען א זכות צו אויפשטעלן אן אראבישע רעגירונג. און טאקע נאך דער אויפרוהר האבן די בריטן באשטימט צו אפשטעלן אויף א וויילע די עליות קיין ארץ ישראל.
נאך דער אויפרוהר האבן די יידן באשטימט צו שאפן א באזונדער ארגאניזאציע מיטן נאמען הגנה (וואס פון איר איז נאכער ארויס געוואקסן צה"ל) זאל שיצן די יידן פון אראבישע טעראר.
נאך דער אויפרוהר האבן פיל יידן אריבער וווינען פון יפו קיין תל אביב.