רוי:תל חי

פון המכלול
ווערסיע פון 09:52, 9 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2909586 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דאס דארף תל-חי, געפונט זיך אין צפון טייל פון ישראל, אינעם גליל ראיאן. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט דער פראנצויזישער מאנדאט איבערגענומען די צפון טייל פון פאלעסטינע, לויט די סייקס-פיקא פארשטענדעניש. פאר די אראבער האבן זייער געשטערט, אז דאס פאראייניגטע קעניגרייך, האט אפגעטרעטן פון א געגנט וואס איז א טייל פון פאלעסטינע, נאכדעם וואס די ענגלישע האבן צוגעזאגט פאר די אראבער א קעניגרייך אינעם מיטל מזרח.

די אראבער האבן דערפאר אויפגעשטעלט אן ארמיי, ארויסצושטויסן די פראנצויזן פון צפון פאלעסטינע, און זיי האבן אטאקירט דאס דארף, נאכן פארדעכטיגן אז די יידן באהאלטן אויס פראנצויזישע זעלנער, זעקס יידן זענען אומגעקומען אינעם קאמף, פון זיי יוסף טרומפעלדאר, וואס לויט דער געשיכטע האט ער געזאגט נאכן פארווונדעט ווערן, עס איז גוט צו שטארבן פאר אונזער לאנד, איידער דעם קאמף זענען צוויי יידן אומגעקומען אין באזונדערע אינצידענטן מיט די בעדואינער פון די געגנט.

אויפן נאמען פון די אכט געפאלענע, האט מען א נאמען געגעבן די שטאט אין דער געגנט קרית שמונה.