רוי:תל חי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

תל-חי (זינט 1996 פאַראייניגט מיט כפר גלעדי) איז געווען א קבוצה-קאָלאָניע אין צפון-ארץ-ישראל אין גליל, לערך 60 נפשות; באַקאַנט דורך דער פאַרטיידיגונג אין 1920 דורך יוסף טרומפּעלדאָר און זיינע חברים קעגן אַראַבישן אָנפאל, אין וועלכן טרומפּעלדאָר און אייניגע חברים זענען אומגעקומען מיט אַ העלדן-טויט; דערלעבן איז פאַראַן דער מאָנומענט פאַר די אומגעקומענע; אין יאָרצייט י"א אדר קומט מען קיין תל-חי פון גאַנצן לאַנד.

אומרוען

נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט דער פראנצויזישער מאנדאט איבערגענומען די צפון טייל פון פאלעסטינע, לויט די סייקס-פיקא פארשטענדעניש. פאר די אראבער האבן זייער געשטערט אז דאס פאראייניגטע קעניגרייך האט אפגעטרעטן פון א געגנט וואס איז א טייל פון פאלעסטינע, נאכדעם וואס די ענגלישע האבן צוגעזאגט פאר די אראבער א קעניגרייך אינעם מיטל מזרח.

די אראבער האבן דערפאר אויפגעשטעלט אן ארמיי, ארויסצושטויסן די פראנצויזן פון צפון פאלעסטינע, און זיי האבן אטאקירט דאס דארף, נאכן פארדעכטיגן אז די אידן באהאלטן אויס פראנצויזישע זעלנער, זעקס אידן זענען אומגעקומען אינעם קאמף, פון זיי דער ציונ'יסט יוסף טרומפעלדאר, וואס לויט דער געשיכטע האט ער געזאגט נאכן פארוואונדעט ווערן, עס איז גוט צו שטארבן פאר אונזער לאנד, איידער דעם קאמף זענען צוויי אידן אומגעקומען אין באזונדערע אינצידענטן מיט די בעדואינער פון די געגנט.

אויפן נאמען פון די אכט געפאלענע, האט מען א נאמען געגעבן די שטאט אין דער געגנט קרית שמונה.

קרן

"קדן תל חי" (תל-חי פאָנד) הייסט דער פאָנד געגרינדעט דורך די רעוויזיאָניסטן-ציוניסטן אין 1929 פאַר קאָלאָניזאַציע, אַרבעטער-הילף, הכשרה און אנדערע טעטיגקייטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!