רוי:רבי רפאל הורוויץ
רבי רפאל הורוויץ זצ"ל (ה'תרנ"ו - י' כסלו ה'תשל"א), קאלאמייער רבי.
אפשטאם
רבי רפאל איז געבוירן אין יאר ה'תרנ"ו, הרב אלטער אליעזר הורוויץ, רב אין ריגליץ א זון פון הרב אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת מרים א טאכטער פון הרב משה עפשטיין, א זון פון הרב קלונימס קלמן עפשטיין, א זון פון דער גוטער יוד פון ניישטאט.
רבנות
רבי רפאל איז געווען דער קאלאמייער רבי אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק.
הסתלקות
רבי רפאל איז נפטר געווארן י' כסלו ה'תשל"א.
פאמיליע
רבי רפאל האט געהייראט מרת חיה, א טאכטער פון הרב אליעזר ניסן הורוויץ, פון צפת, א זון פון הרב נפתלי חיים הורוויץ, דער וואונדער צדיק, א זון פון דעם אמרי נועם.
(מרת מרים די מוטער פון מרת חיה האט נאך די פטירה פון איר מאן געהייראט אין חודש אלול ה'תרפ"ב בזיווג שני הרב ישראל האגער, דער אהבת ישראל, ער איז געווען דער שדכן פון מרת חיה).
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר