רוי:קעלץ

פון המכלול
ווערסיע פון 05:30, 14 אפריל 2020 דורך YI>Shad Veyosiv (←‏צווילינג שטעט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קעלץ (פּויליש: Kielce) איז א שטאט אין דרום־מזרח פוילן מיט 204,891 איינוואוינער (יוני 2009). ער איז די הויפטשטאט פון דער שווענשטאקזשיצער וואיעוואדעשאפט זייט 1999; פריער איז ער געווען אין דער קעלצער וואיעוואדעשאפט (1919-1939, 1945-1998). די שטאט ליגט אויפן ברעג פונעם סילניצע טייך.

יידן

קעלצער שול, געבויט 1903-1909

ביזן צווייטן וועלט קריג האט קעלץ, ווי אסאך אנדערע אייראפעישע שטעט, געהאט א חשובע יידישע באפעלקערונג: לויטן רוסישן צענזוס אין 1897, האבן געוואוינט אין קעלץ 6,400 יידן, פון א באפעלקערונג פון 23,200 (בערך 27% ).[1] אין 1905, צוליב א שריפה אינעם שטעטל כענטשין, זענען א סך פון די יידישע איינוואוינער אריבער קיין קעלץ און די קהילה האט געוואקסן. ביים אויסבראך פונעם צווייטן וועלט קריג האט קעלץ געהאט 24,000 יידישע איינוואוינער, א דריטל פון דער באפעלקערונג. גלייך נאך דער דייטשער אקופאציע אין סעפטעמבער 1939 האט מען אנגעהויבן קעגן די יידן מיט קנסות, צונעמען די פארמעגן, צוואנג ארבעט, און נאך. אפריל 1941, האט מען אויפגעשטעלט די יידישע געטא , און מען האט געצוואונגען אלע יידן אריינציען דארטן. אסאך פון זיי האט מען געדרוקט ארבעטן אין א דייטשן אמוניציע פאבריק. אין אויגוסט 1942, האט מען אנגעהויבן אויסזידלען די געטא; נאך פינף זענען געבליבן נאר 2,000. די וואס האבן אדורכגעלעבט די שחיטה האט מען געשיקט אין אן אנדערן ארבעטס לאגער. דערנאך האט מען זיי געשיקט אין טרעבלינקע פארניכטונגס לאגער.

קעלצער פאגראם

אום 4טן יולי, 1946, האבן די פאלאקן אטאקירט די יידישע געמיינדע פון אומגעפער 200 מלחמה איבערלעבער, און געהרג'עט 42 פון זיי.

צווילינג שטעט


וועבלינקען



רעפערענצן

  1. Joshua D. Zimmerman, Poles, Jews, and the politics of nationality, Univ of Wisconsin Press, 2004, ISBN 0-299-19464-7, Google Print, p.16