רוי:קאסמאס שאטל קאלאמביע קאטאסטראפע
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
די קאָסמאָס שאַטל קאָלאָמביע קאַטאַסטראָפֿע איז געשען ווען קאָסמאָס שאַטל קאָלאָמביע איז זיך צעפֿאַלן ביים צוריקקומען אין דער ערד'ס אַטמאָספֿער דעם 1טן פֿעברואַר 2003. די סיבה פֿאַר די קאַטאַסטראָפֿע איז געווען אַז אַ טייל פֿון שוים האט געפֿאַלן פֿונעם דרויסנדיקער ברענשטאָף טאַנק. דאס האט געמאַכט אַ לאָך אין די שאַטל'ס פֿליגל. ביי דער צוריקקום האבן הייסע גאַזן געגאָנגען אריין אין דער פֿליגל, און די שאַטל איז צעשטערט געווארן. די גאַנצע מאַנשאַפֿט איז אומגעקומען אין דער צעפֿאַל.
טיילן פֿון קאָלאָמביע זענען געפֿונען אַרום טעקסאַס. די פֿאַראײניקטע שטאַטן רעגירונג האט געבעט פֿון מענטשן וואס האבן געפֿונען טיילן פֿון די שאַטל צו צוריקגעבן זיי צו די רעגירונג. היינט, אַלע די טיילן וועלכע זענען געפֿונען זענען אין אַ געבוי וואס איז שייך צו NASA.
מאַנשאַפֿט
- קאָמאַנדיר: ריק האַסבאַנד
- פּילאָט: וויליאַם מאַקול
- לאַסט קאָמאַנדיר: מייקל אַנדערסאָן
- לאַסט ספּעציעליסט: אילן רמון
- מיסיע ספּעציעליסטין: קאַלפּאַנאַ טשאַולאַ
- מיסיע ספּעציעליסט: דייוויד בראַון
- מיסיע ספּעציעליסטין: לאָרעל קלאַרק