רוי:פאדאליע

פון המכלול
ווערסיע פון 08:44, 23 פעברואר 2014 דורך YI>פוילישער (געשאַפֿן בלאַט מיט 'קליין|הערב פון פאדאליע '''פאדאליע''' ({{שפראך-uk |Поділля, פאדיליאַ}}; {{שפר...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הערב פון פאדאליע

פאדאליע (אוקראיניש: Поділля, פאדיליאַ; רוסיש: Подо́лье, פאדאליע; פּויליש: Podole, פאדאלע; רומעניש: Podolia, פאדאליאַ; ליטוויש: Podolė, טערקיש: Podolya) איז א היסטארישער ראיאן אין מזרח אייראפע, וואס געפינט זיך אין מערב־צענטראל או דרום־מערב פון היינטיקער אוקראינע און אין צפון־מערב מאלדאווע (ד"ה צפון טראנסניסטריע). פאדאליע האט א שטח פון אומגעפער 40,000 ק"מ2, און ציט זיך 320 ק"מ פון צפון־מערב צו דרום־מזרח אויפן לינקן ברעג פונעם נעסטער טייך.

פאדאליע גרענעצט וואהלין צו צפון־מערב, און ליגט מזרח פון מזרח גאליציע. די היסטארישע הויפטשטאט איז קאמעניץ.

יידן אין פאדאליע

יידן האבן באזעצט פאדאליע פארן 16טן יארהונדערט. זיי האבן שטארק געליטן פון די גזירות ת"ח ות"ט און שפעטער אין די ת"ק יארן פון דעם היידאמאקן אויפשטאנד.

דער בעל שם טוב האט אנגעהויבן די באוועגונג פון חסידות אין פאדאליע. מוסטער:אייראפע-געא-שטומף