רוי:פאגראם

פון המכלול
ווערסיע פון 12:33, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פאָגראָם איז א רוסיש ווארט וואס ווערט גענוצט אין אסאך שפראכן. די באדייט איז צו אטאקירן ווילד און אנזייען חורבן.

עס איז א מעכטיגע ווילדע אטאקע אנטקעגן א געוויסע עטנישע, רעליגיעזע, אדער אנדערע גרופע.

געוויינטלעך מיינט דאס אז די חברה וואס האבן פאגראמירט האבן חרוב געמאכט וויכטיגע אנשטאלטן (הייזער, רעליגיעזע געביידעס, אדער ארבייטס פלעצער) פון די גרופע אנטקעגן וועם די פאגראם איז געצילט.

אין רוב פעלער איז א פאגראם באגלייט מיט פיזישע אנפאל אויף די מענטשן פון די גרופע וואס איז די ציל פון די פאגראם, און אסאך מאל אפילו מיט מערדעריי.

די ווארט האט מען היסטאריש גענוצט ווען עס איז געווען אן אנפאל אנטקעגן אידן, נישט קיין אינטערשייד אויב די אנפאל איז געווען געפלאנט אדער נישט. אבער עס ווערט אויך גענוצט אסאך ווען מען רעדט פון אנדערע אנפעלער געווענליך אויף מינאריטי גרופעס.

הויפט פאגראמען קעגן די יידן

נאמען ארט דאטום
גזרות ת"ח ת"ט פוילן 1648
פרעות "הפ-הפ" דייטשלאנד 1819
הסופות בנגב רוסלאנד 1881-1882
קעשענעוו פאגראם רוסלאנד 1903
פרעות הטירונים רוסלאנד 1904-1905
פרעות "המאות השחורות" רוסלאנד 1905
פרעות פטליורה אוקריינע 1919
קריסטאל נאכט דייטשלאנד די נאכט צווישן 9טן ביז 10טן נאוועמבער 1938
קעלצער פאגראם פּױלן 1946