רוי:סטויפץ

פון המכלול
ווערסיע פון 04:05, 7 נאוועמבער 2019 דורך YI>CommonsDelinker (Replacing Staŭpieckaja_synagoga._Стоўпецкая_сынагога_(1901-39).jpg with File:Staŭpieckaja_synagoga._Стаўпецкая_сынагога_(1901-39).jpg (by CommonsDelinker because: File renamed: name fix by uploader).)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

סטויפץ
Стоўбцы / Столбцы
Flag of Stoǔbcy.svg Coat of Arms of Stoŭbcy, Belarus.svg
Stolbtsy town 2011.jpg
סטויפץ אין 2011
מדינה / טעריטאָריע Flag of Belarus.svg בעלאַרוס
גרינדונג דאַטע 1511
קאָאָרדינאַטן 53°29′N 26°44′E / 53.483°N 26.733°E / 53.483; 26.733 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואבלאסט מינסקער גובערניע
ראַיאָן סטויפצער ראיאן

 ‑ אין שטעטל

15,400‏ [1]

סטויפץ אדער סטויבץ, אויסגערעדט ליטוויש ווי סטייפץ (בעלאַרוסיש: Стоўбцы, סטויפצי, [ˈstowpt͡sɨ]; רוסיש: Столбцы; פּויליש: Stołpce) איז א שטעטל אין מינסקער גובערניע, בעלארוס, דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם סטויפצער ראיאן. עס געפינט זיך ביים נעמאן טייך. די באפעלקערונג איז אומגעפער 15,400.

היסטאריע

די גרויסע שול פון סטויפץ

דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין אנהייב פונעם 16טן יארהונדערט. אין 1582 איז סטויפץ אריין אין דער פארמאגערשאפט פון דער ראדזיוויל פאמיליע. דורכאויס א לאנגער צייט איז סטויפץ געווען א יידיש שטעטל, מיט 2,409 יידישע באוואוינער אין 1897, און 2,014 אין 1931.[2]

צווישן די רבנים פון סטויפץ איז געווען הרב יואל סאראצקין (א ברודער פון הרב זלמן סאראצקין).

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז די מירער ישיבה געווען אין סטויפץ א קורצע צייט; נאכהער האט די ישיבה זיך געצויגן אין פאלטאווע. אויך אין יענע יארן האט הרב אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש", געוואוינט א שטיק צייט אין סטויפץ.[3][4]

הרב יוסף אליהו הענקין, וואס איז שפעטער געווארן פון די גרעסטע פוסקים אין אמעריקע אין דעם 20סטן יארהונדערט, איז געווען ראש ישיבה אינעם שטעטל.

רעפערענצן

  1. Фотодесант высадился в Столбцах (רוסיש)
  2. "סטויפץ", אויף "JewishGen" (ענגליש)
  3. דער חזון איש
  4. חיים גראדע און דער חזון איש

וועבלינקען

מוסטער:אייראפע-געא-שטומף