רוי:סטויפץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

סטויפץ
Стоўбцы / Столбцы
טעקע:Flag of Stoǔbcy.svg טעקע:Coat of Arms of Stoŭbcy, Belarus.svg
Stolbtsy town 2011.jpg
סטויפץ אין 2011
מדינה / טעריטאָריע טעקע:Flag of Belarus.svg בעלאַרוס
גרינדונג דאַטע 1511
קאָאָרדינאַטן 53°29′N 26°44′E / 53.483°N 26.733°E / 53.483; 26.733 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואבלאסט מינסקער גובערניע
ראַיאָן סטויפצער ראיאן

 ‑ אין שטעטל

15,400‏ [1]

סטויפץ אדער סטויבץ, אויסגערעדט ליטוויש ווי סטייפץ (בעלאַרוסיש: Стоўбцы, סטויפצי, ˈstowpt͡sɨ; רוסיש: Столбцы; פּויליש: Stołpce) איז א שטעטל אין מינסקער גובערניע, בעלארוס, דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם סטויפצער ראיאן. עס געפינט זיך ביים נעמאן טייך. די באפעלקערונג איז אומגעפער 15,400.

היסטאריע

פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
די גרויסע שול פון סטויפץ

דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין אנהייב פונעם 16טן יארהונדערט. אין 1582 איז סטויפץ אריין אין דער פארמאגערשאפט פון דער ראדזיוויל פאמיליע. דורכאויס א לאנגער צייט איז סטויפץ געווען א אידיש שטעטל, מיט 2,409 יידישע באוואוינער אין 1897, און 2,014 אין 1931.[2]

צווישן די רבנים פון סטויפץ איז געווען הרב יואל סאראצקין (א ברודער פון הרב זלמן סאראצקין).

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז די מירער ישיבה געווען אין סטויפץ א קורצע צייט; נאכהער האט די ישיבה זיך געצויגן אין פאלטאווע. אויך אין יענע יארן האט הרב רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש", געוואוינט א שטיק צייט אין סטויפץ.[3][4]

הרב יוסף אליהו הענקין, וואס איז שפעטער געווארן פון די גרעסטע פוסקים אין אמעריקע אין דעם 20סטן יארהונדערט, איז געווען ראש ישיבה אינעם שטעטל.

רעפערענצן

דרויסנדיגע לינקס

טעקע:Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!