רוי:מסכת ברכות

פון המכלול
ווערסיע פון 09:35, 31 מאי 2015 דורך YI>CommonsDelinker (Replacing Talmud-Berachoth.jpg with File:First_page_of_the_first_tractate_of_the_Talmud_(Daf_Beis_of_Maseches_Brachos).jpg (by CommonsDelinker because: Replace with higher res).)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דאס ערשטע בלאט פון מסכת ברכות אין תלמוד בבלי

מסכת ברכות איז די ערשטע מסכתא פון די ששה סדרי משנה. זי איז אריינגעלייגט אין סדר זרעים וויבאלד די מסכתא האנדלט זיך ארום הלכות ברכות וואס האט צו טון מיט עסן, כאטשיג עס האנדלט זיך נישט פון מצוות התלויות בארץ. דער רמב"ם פרעגט טאקע די שאלה און ענטפערט אז וויבאלד ברכות איז דער יסוד פון יידישקייט איז עס געשטעלט געווארן אלס די ערשטע מסכתא.


די מסכתא האט ניין פרקים, און זי איז די איינציגסטע מסכתא פון סדר זרעים וואס האט תלמוד בבלי. זי האט 63 בלעטער אין תלמוד בבלי, און 68 בלעטער אין תלמוד ירושלמי.

נעמען פון די פרקים (קאפיטלעך) אין דער מסכתא

  1. מאימתי - וועגן ליינען קריאת שמע
  2. היה קורא
  3. מי שמתו
  4. תפלת השחר - וועגן שמונה עשרה
  5. אין עומדין
  6. כיצד מברכין - דינים פון ברכת הנהנין
  7. שלשה שאכלו - דינים פון בענטשן
  8. אלו דברים
  9. הרואה