רוי:מזרח אייראפעאישער זייגער
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דער מזרח אייראפעישער זייגער איז איינער פון די נעמען פון דער UTC + 2 צייט זאנע, צוויי שעה געריקט פון אוניווערסאלער צייט.
באניץ
די פאלגנדע לענדער, טיילן פון לענדער און טעריטאריעס ניצן דעם מזרח אייראפעישן זייגער נאר אין די ווינטער מאנאטן:
- אוקראינע, פון 30–1922 און זייט 1990
- בולגאריע, זייט 1894
- גריכנלאנד, זייט 1916
- טערקיי, זייט 1910 אחוץ 85–1978
- יארדאניע
- ישראל, זייט 1948
- לבנון
- ליטע, אין די יארן 40–1920 און זייט 1990 (אחוץ 1998–1999)
- לעטלאנד, פון 40–1926 און זייט 1990
- מאלדאווע
- סיריע
- עגיפטן, ביז 2011 און אויך זייט 2014
- עסטלאנד, פון 1921–40 און זייט 1990
- פאלעסטינער טעריטאריעס
- פינלאנד, זייט 1921
- ציפערן
- רומעניע