רוי:רבי יעקב העניך סענקעוויטש
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "רבי יעקב העניך סענקעוויטש".
הרב יעקב חנוך "העניך" סענקעוויטש (נפ' א' תשרי תשי"ז, 1956) איז געווען ראש ישיבה פון דער שפת אמת ישיבה, א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה של אגודת ישראל,[1] נשיא פונעם פוילישן כולל - קופת רבי מאיר בעל הנס 25 יאר,[2] און א מיטגליד אינעם וועד הישיבות אין ארץ ישראל.
ביאגראפיע
רבי יעקב העניך איז געבוירן געווארן אין פוילן אין א משפחה פון גערער חסידים. ער איז געווען א תלמיד פונעם אסטראווצער רב, רבי מאיר יחיאל האלשטאק, מיט וועמען ער פלעג לערנען א קביעות יעדן טאג. ער האט געהייראט חיה פריידא די טאכטער פון רב יהודה לייב פרייבוים.[3] ווען דער אמרי אמת פון גער האט געגרינדעט די שפת אמת ישיבה אין תרפ"ה האט ער געקליבן רב סענקעוויטש צו דינעם ווי ראש הישיבה.[2]
רעפערענצן
- ↑ מועצת גדולי התורה של אגו"י ביי "חרדים".
- ↑ 2.0 2.1 לדמותו של ראש ישיבת שפת אמת הרב יעקב חנוך סנקביץ "בית יעקב" תשרי תשכ"ב.
- ↑ אין דער הקדמה פון זיין ספר חידושי הגרי"ח