רוי:רבי יצחק מאיר מארגנשטערן
הרב יצחק מאיר מארגנשטערן איז דער אדמו"ר פון תורת חכם. ער איז געבוירן אין שנת ה'תשכ"ז. ער פירט זיך ווי א חסידישע רבי אין קבלה'דיגע פירערשאפט. ער איז געבוירן צי זיין טאטע מנחם אין זיין מאמע סימא מארגנשטערן, גור'ע חסידים און איינקלעך פון רבי שמעון סופר, אין די סטעמפארד היל געגנט אין לאנדאן. אלס קינד האט ער שוין אנגעהויבן צו לערנען פנימיות התורה (קבלה). אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבה לוצערן און אין גייטסהעד. ביי די 18 האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרב יוסף לובנסיקי פון אנטווערפן בעלגיע, אדמו"ר מחענטשין און זיך אריבערגעצויגן קיין אנטווערפן צו וואוינען און נאכדעם האט ער געמאפט קיין ירושלים. ער האט זיך געדרייט אין מקבל געווען ביי זייער אסאך ערליכע אידן צווישן זיי הרב ניסן דוד קיוואק מברסלב און רבי יעקב לייזר, אדמו"ר מפשעווארסק, און זיין רבו מובהק וואס האט אים מקרב געווען צו תורת חב"ד הרב צבי הירש ראזענבוים פון קרעטשניף אזוי אויך האט ער געלערנט קבלה ביי רבי יצחק כדורי, פון הרב דוד בצרי, און פון הרב דוב קוק פון טבריה. אין אויך רבי עקיבא ראבינאוויטש פון פאריסוב. ער האט אויך געלערנט צוזאמען מיט הרב אליעזר צבי סאפרין, קאמארנער רבי פון בית שמש.
אום תשנ"ה האט ער אנגעהויבן פירן שלש סעודות אין די סאטמארער בית מדרש אין ירושלים און עזרת תורה געגנט. אין יאר תשס"ב האט ער געעפענט זיין בית מדרש אויף רחוב אהלי יוסף 18 אין ירושלים וואו דאס בית מדרש געפונט זיך מיט'ן נאמען תורת חכם על שם דער קבלה ספר תורת חכם פון רבי חיים די לה רוזה.