פְּצָאֵל[א] (גריכיש: Φασάηλος, "פאַסאַעלאָס", אין יוסיפון: פסילו; געשטארבן 40 פצ"ר) איז געווען א פרינץ פון דער הורדוס דינאסטיע פון יהודה, דער בכור פון אַנטיפאַטער דער אדומי און קיפּרוס דער עלטערער ברודער פון הורדוס, יוסף, פעראָראַ, און שלומית.

אפשטאם און פריע קאריערע

פצאל איז געבוירן געווארן אין דער חשמונאישער קעניגרייך צו אן אריסטאקראטישער משפחה פון אדומישן אפשטאם. זיין פאטער אַנטיפּאַטער דער אדומי איז געווען דער נאנטער ראטגעבער פון דעם חשמונאישן קעניג הורקנוס, און זיין מוטער קיפּרוס ("קיפרון" אין יוסיפון) איז געווען א נאַבאַטישע פרינצעסין[2].

אין יאר ג'תשי"ג (48 פצ"ר), נאך וואס יוליוס קייזער האט באזיגט פּאָמפּיוס אין פאַרסאַלוס און געוואונען די מאכט איבער רוים, איז אנטיפאטער באשטימט געווארן דורך קייזער אלס אפוטרופוס פון יהודה פאר דער רוימישער רעפובליק. אנטיפאטער האט באלד באשטימט פצאל צו זיין גובערנאַטאָר פון ירושלים, און הורדוס גובערנאטאר פון גליל[3].

נאך דער מארד פון קייזער אין ג'תשי"ז (44 פצ"ר) האט הורדוס אויסגענוצט די רוימישע פאליטיק צו באקומען מער מאכט. הורקנוס' א גענעראל מיט'ן נאמען מאַליכוס, וועלכע האט געזוכט צוריקצוהאלטן אנטיפאטער און זיינע זין צו געוואונען קאנטראל פון יהודה, האט געצאלט איינע פון אנטיפאטער'ס דינער אים צו פאר'סמ'ען. הורדוס האט זיך געגרייט ארויסצוגיין קעגן מאליכוס מיט א גרויסן מיליטער, אבער פצאל האט אים צייטווייליג צוריקגעהאלטן[4].

הורדוס האט אבער עווענטועל ערלעדיגט מאליכוס'ן, און מאליכוס' א ברודער, העליקס, האט אנגעגריפן פצאל פאר נקמה אויף מאליכוס' בלוט. הורדוס איז געווען קראנק דאן און ער האט נישט געקענט קומען צו הילף פאר פצאל, און פצאל האט אליין באזיגט העליקס, און דערנאך גע'מוסר'ט הורקנוס'ן פאר'ן זיין א כפוי טובה און שטיין צו דער זייט פון העליקס[5]

אין ג'תש"כ (41 פצ"ר), האט מאַרקוס אַנטאָניוס באזיגט קאַסיוס און ברוטוס אין דער געראנגל איבער דער מאכט אויף רוים. זייענדיג אין ביטיניע זענען באקלאגענישן געברענגט געווארן פאר אים קעגן די צוויי ברידער, וועלכע פיל אידן האבן געהאסט. אבער ס'איז געלונגען הורדוס אפצואווארפן די באשולדיגונגען[6]. באשולדיגונגען זענען ווידער געברענגט געווארן פאר אנטאניוס קעגן זיי ווען ער איז געווען נעבן אנטוכיא, און נאכאמאל האבן זיך די באשולדיגונגען ארויסגעוויזן צו זיין אומפרוכטבאר, ווייל אפילו הורקנוס דער צווייטער האט רעקאמענדירט די צוויי אלס פירער פונעם לאנד. דאס האט געפירט אנטאניוס צו העכערן די צוויי ברידער אין ראנג, און באשטימען אלס טעטראַרכן פון יהודה און גליל[7].

רעוואלט פון אנטיגנוס און פצאל'ס אונטערגאנג

אין יאר ג'תשכ"א ( 40 פצ"ר) האט מתתיהו אנטיגנוס דער זון פון אריסתובלוס זיך באמיט צו פארכאפן דעם טראן אין יהודה מיט שטיצע פון דער פּאַרטיאַנער אימפעריע. ער איז געקומען קיין ארץ יהודה און זיך צוזאמגעשטויסן מיט הורדוס און פצאל אין טעגליכע שלאכטן אויף די גאסן פון ירושלים. שבועות יענע יאר זענען די שלאכטן געווען באזונדער געפערליך ווען די שטאט איז געווען פול מיט באוואפנטע עולי רגלים. פצאל האט געשטעלט א וואך אויף די מויערן, הורדוס אויף דעם קעניגליכן פאלאץ, און זיי האבן שטארק אנגעגריפן די פארטיאנער[8].

אנטיגנוס האט איבערגערעדט די שטאטס לייט אריינצולאזן דעם פארטיאנער גענעראל פאַקאָרוס, וועלכע האט אנגעבאטן צו פירן שלום געשפרעכן צו ענדיגן די שלאכטן. הורדוס האט פארדעכטיגט אז דאס איז א פאסטקע, אבער פצאל האט זיך געלאזט ארייננארן אינאיינעם מיט הורקנוס אינעם לאגער פונעם פארטיאנער פירער באַרזאַפאַרנעס. אנקומענדיג קיין כזיב האט פצאל געהערט פון סירישע אדללייט, אָפעליוס און סאַרמאַלאַ, אז ער איז אריין אין א פאסטקע, זיי האבן אים פארגעשלאגן צו אנטלויפן, אבער ער האט נישט געוואלט איבערלאזן הורקנוס אליין. הורקנוס און פצאל זענען טאקע ביידע געפאנגען געווארן, און זיי זענען דאן איבערגעגעבן געווארן צו אנטיגנוס, וועלכער האט הורקנוס'ן געמאכט א בעל מום אים צו פסל'ען פון די כהונה, און אים געפירט קיין בבל. פצאל האט זיך גענומען דאס לעבן דורך צעשפאלטן די אייגענע מוח, אויסדריקנדיג דערביי צופרידנהייט אז זיין ברודער הורדוס איז פארזיכערט[9].

הורדוס באצייטנס אנטלאפן פון ירושלים, מיטנעמענדיג מיט זיך פצאל'ס זיבן-יעריגער זון[10].

אנדענק

יוסף בן מתתיהו רעדט וועגן פצאל ווי א מוטיגן און נאבעלן מאן. פצאל'ס א זון, וועלכער האט אויך געהייסן פצאל, האט חתונה געהאט מיט הורדוס' טאכטער שלומציון, מיט וועלכער ער האט געהאט פינף קינדער[11].

דער זון פון הורדוס דורך זיין ווייב פּאלאס, איז א נאמען געגעבן געווארן "פצאל" דורך הורדוס. הורדוס האט אויך באערט זיין ברודער דורך געבן דעם נאמען "פאַסאַעליס" צו א שטאט צפון-מזרח פון יריחו, און "פאַסאַעלוס" צו א טורעם פון זיין פאלאץ אין ירושלים[12].

נאטיצן

  1. דער נאמען געפינט מען נישט אין תנ"ך, און עס איז אן אנהייב באטראכט געווארן דורך פארשער אלס א חידוש פון זמן בית שני. עס ווערט אבער אנגעוויזן אז עס איז ווארשיינליך דער נאַבאַטישן נאמען "פאַצאַעל" אדער "פאַצייעל", ווייל צווישן די צענדליגער אויפשריפטן וואו דער נאמען ערשיינט איז בלויז איינס פון ארץ יהודה, און אלע אנדערע זענען פון נאבאטישע געגנטן, עבר הירדן און דרום סיריע. זיין נאמען איז לויט דעם געקומען צו אים צוליב זיין מאמע'ס נאבאטישן אפשטאם[1].

רפערענצן


שגיאות פרמטריות במוסטער:רעפערענצן

ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

  1. Norris, Jérôme (26 April 2017). "A woman's Hismaic inscription from the Wādī Ramm desert: AMJ 2/J.14202 (Amman Museum)". Arabian Archaeology and Epigraphy. 28 (1): 90–109. doi:10.1111/aae.12086. Retrieved 24 April 2024.
  2. יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:8
    6 בוך א, קאפּיטל ח, אפּטיילונג ו].
  3. יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:10
    4 בוך א, קאפּיטל י, אפּטיילונג ד].

  4. שגיאות פרמטריות במוסטער:יוספוס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:11
    4 בוך א, קאפּיטל יא, אפּטיילונג ד].
  5. יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:12
    1 בוך א, קאפּיטל יב, אפּטיילונג א].
  6. יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:12
    4 בוך א, קאפּיטל יב, אפּטיילונג ד].
  7. יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:12
    5 בוך א, קאפּיטל יב, אפּטיילונג ה].

  8. שגיאות פרמטריות במוסטער:יוספוס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:13
    2 בוך א, קאפּיטל יג, אפּטיילונג ב].

  9. שגיאות פרמטריות במוסטער:יוספוס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Wars_of_the_Jews_1:13
    4 בוך א, קאפּיטל יג, אפּטיילונג ד].
  10. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Antiquities_of_the_Jews_14:14
    1 בוך יד, קאפּיטל יד, אפּטיילונג א].
  11. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Antiquities_of_the_Jews_17:2
    3 בוך יז, קאפּיטל ב, אפּטיילונג ג].
  12. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, [https://library.alhatorah.org/?r1=Josephus_Antiquities_of_the_Jews_16:5
    2 בוך טז, קאפּיטל ה, אפּטיילונג ב].