רוי:לב טהור
לב טהור (לשון-קודש, טייטשנדיג 'ריין הארץ') איז א אידישע גרופע געגרינדעט אין ארץ ישראל אין 1988 דורך שלמה העלבראנץ. עס ווערט באטראכט אלס א אידישע קולט מיט ארום 200–300 אדער 500 מיטגלידער. די גרופע איז באקאנט פאר אירע שטרענגע, פונדאמענטאליסטישע אויסטייטשונגען פון אידישן געזעץ, אריינגערעכנט לאנגע דאווענען, חתונה'ס פאר יונגע בחורים און מיידלעך, און שווארצע קליידונג פון קאפ ביז פיס פאר מיידלעך און פרויען פון דריי יאר אלט אָן. לב טהור האט זיך אנגעשטויסן אין צאלרייכע באשולדיגונגען פון קינדער זידלונג, פארנאכלעסיגונג, קידנעפינג, און געצווינגענע חתונה'ס.
היסטאריע
גרינדונג און נסיעה קיין אמעריקע
שלמה הלברנץ איז געבוירן געווארן אין א פריע משפחה, און אלס בחור האט ער אנגעהויבן דעם פראצעדור פון תשובה טון. ער האט געלערנט אין דער "איתרי" ישיבה אין ירושלים, און אין די מיטל 80ער יארן האט ער געגרינדעט די ישיבה "לב טהור" אין דער "בית ישראל" געגנט אין ירושלים. דער נאמען איז גענומען פון פסוק: "לֵב טָהוֹר בְּרָא-לִי אֱלֹהִים וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי" (תהילים, נ"א, י"ב). ארום הלברנץ און זיין ישיבה האט זיך צאמגעקליבן א גרופע פון ארום הונדערט משפחות.
אין יאר 1990, בעפאר דער ערשטער גאלף מלחמה, איז הלברנץ ארויס פון ארץ ישראל מיט ארום פערציג תלמידים. לויט א טענה וואס דער זשורנאליסט זאב גלילי האט געהאט, איז דאס געווען צוליב אן אויספארשונג קעגן אים אויפן חשד פון קאנטאקט מיט פיינדליכע איסלאמישע ארגאניזאציעס. הלברנץ האט דאס געלייקנט און געזאגט אז ער איז געפארן בלויז צוליב השקפה. עס זענען אויך געווען טענות אז טייל פון זיינע תלמידים זענען ארויס פון לאנד אן די וויסן פון זייערע עלטערן, מיט געפעלשטע פאספארטן. הלברנץ האט זיך באזעצט מיט זיינע תלמידים אין בארא פארק, ניו יארק, און דערנאך אין דער שטאט מאנסי. נאך א קורצע צייט האט ער זיך צעקריגט מיט דער קאשויער קהילה, וואס האבן געהאט טענות קעגן אים וועגן "מאראלישע פעלערס" און זיין שיטה פון איבעררייסן די קשרים צווישן די חברי הקהילה מיט זייערע פאמיליעס.
אין 1993, איז הלברנץ פארפאלנטערט געווארן אין דער פרשה פונעם בחור שי פימא, א זון פון פריע עלטערן, וואס איז פארשוואונדן געווארן און איז אריין אין דער כת. הלברנץ איז באשולדיגט געווארן אין העלפן צו באהאלטן פימא, און איז געפונען געווארן שולדיג אין א ניו יארקער געריכט. ער איז פארמשפט געווארן צו 4 ביז 6 יאר טורמע, אבער שפעטער האט דער געריכט פון א אפיעל אין ניו יארק פארקירצט די שטראף צו בלויז צוויי יאר. צוליב דער פרשה האט ער פארלוירן זיין לעגאלן סטאטוס אין אמעריקע און איז דעפארטירט געווארן קיין ארץ ישראל אין סעפטעמבער פון יאר 2000.
קאנאדע
הלברנץ איז אריבער קיין קאנאדע אונטער דער פאדערונג פון פאליטישן אזיל, אויף דער טענה אז די רעגירונג אין ארץ ישראל רודפ'ט אים. דאס אימיגראציע געריכט האט באשטעטיגט די פאדערונג. די קאנאדער רעגירונג האט אפעלירט קעגן דעם, אבער דער פעדעראלער געריכט האט באשטעטיגט דעם באשלוס. הלברנץ האט זיך באזעצט אין דער שטאט סענט אַגאַט, וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין קהילה, וואס ער האט גערופן "קרית רימנוב". אין יאר 2012, איז די נייעס וועגן דער קהילה געווארן מער באקאנט אין ארץ ישראל, נאך וואס עטליכע אויספארשונגען זענען ארויסגעקומען אין די מעדיע. אין אויגוסט איז פארעפנטלעכט געווארן אן אויספארשונג פון צוויי טיילן דורך דער זשורנאליסטקע אמילי עמרוסי אין דער צייטונג "ישראל היום", און אין נאוועמבער איז ארויס אן אויספארשונג אין צוויי טיילן דער פראגראם "פנים אמיתיות", וואו די פראגראם-מאנשאפט האט באגלייט אריה ספינער (אמאל לאווער) אויף זיין נסיעה קיין קאנאדע, צו טרעפן זיין מאמע און ברידער און צו האבן א קאמפראנטאציע מיט הלברנץ. אין 2013, האבן די באאמטע אין קוויבעק אנגעהויבן אויספארשן טענות וועגן פארנאכלעסיגונג, שלעכטע באהאנדלונג פון און קינדער חתונה מאכן אין דער קהילה. דעריבער האט דער געריכט באפוילן אין נאוועמבער יענעם יאר ארויסצונעמען 14 קינדער פון צוויי משפחות און זיי אריבערצופירן צו פאסטער היימען. אין דער זעלבער צייט, האבן די מיטגלידער פון דער קהילה ארגאניזירט א נסיעה פון קוועבעק קיין ווינדזאר און טשאַטהאַם, אין אנטאריא, אויף דער טענה אז די רעגירונג אין קוועבעק לאזט זיי נישט ערציען זייערע קינדער לויט זייער אמונה. אבער, דער געריכט אין אנטאריא האט גע'פסק'נט, אז דער פריערדיגער פסק איז אויך גילטיק אין דעם פראווינץ. אין מערץ יענעם יאר זענען אכט פון די קינדער אריבער צו דער אחריות פון די סאציאלע דינסטן. עלטערן פון זעקס אנדערע קינדער האבן געפרואווט זיי צו שמוגלען קיין גוואַטעמאַלע, און זענען אנגעכאפט געווארן אין טרינידאד.
נסיעה קיין גוואַטעמאַלע און מעקסיקא
רוב חברים פון דער קהילה זענען אריבער אין מיטן 2014 קיין סאן כוואן לאַ לאַגונאַ אין גוואַטעמאַלע. אין אויגוסט יענעם יאר, האט דער בירגערמייסטער פון דער שטאט באשלאסן זיי צו פארטרייבן פון דארט, אויף דער טענה אז זיי פרובירן צו פארשפרייטן זייערע השקפות. אין סעפטעמבער 2016, נאך א פאדערונג פון אפיציעלע קוועלער פון ארץ ישראל און עדות'שאפטן וועגן שלעכטע באהאנדלונג פון קינדער און דערוואקסענע, האט די פאליציי אין גוואַטעמאַלע איבערגעפאלן די בנינים וואו די מיטגלידער האבן געוואוינט צו אויספארשן די טענות. די מיטגלידער זענען אריבער פון גוואַטעמאַלע סיטי צו א מער אפגעזונדערטן געגנט.
אין מיטן 2017 איז א טייל פון דער קהילה אריבער קיין טשיאַפּאַס, מעקסיקע. קורץ נאך דעם, אין שבת ביינאכט, דעם 8טן יולי 2017, האט הלברנץ זיך געטובלט אין א טייך לעבן זיינע מענטשן, און איז דערטרונקען געווארן. יענעם יאר איז אין א געריכט אין ארץ ישראל געגעבן געווארן א פסק, וואס האט באשטימט אז די קהילה איז א שעדליכע כת, כדי אפצוהאלטן קינדער פון ארויספארן פון לאנד, וועמענ'ס עלטערן האבן געוואלט אריבערציען מיט זיי צו דער קהילה אין קאנאדע.
נאך שלמה'ס טויט
נאך דעם טויט פון הלברנץ, האט אים איבערגענומען זיין בכור, נחמן הלברנץ. אין ענדע 2018, איז שרה פייגע טעלער, די טאכטער פון שלמה הלברנץ און די שוועסטער פון נחמן, אנטלאפן מיט א טייל פון אירע קינדער קיין גוואַטעמאַלע סיטי, נאך וואס איר ברודער האט זי בויקאטירט, ווייל זי האט נישט געפאלגט די תקנות פון דער קהילה. זי האט דערציילט אין די מידיע וואס איז פארגעקומען אין דער קהילה, און נאך איר זענען אויך ארויסגעקומען נאך עדות'שאפטן פון אנטלאפענע מיטגלידער. אין דעצעמבער 2018 האבן פאליציי לייט אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת אין מעקסיקע און האבן ארעסטירט עטליכע פון די מיטגלידער, אריינגערעכנט נחמן הלברנץ. די ארעסטירטע זענען אויסגעליפערט געווארן קיין אמעריקע אויפן חשד, אז זיי האבן געקידנעפט צוויי פון טעלער'ס קינדער, וואס זענען געפונען געווארן ביי זיי. די מיטגלידער פון דער קהילה האבן אריינגעגעבן א בקשה פאר פאליטישן אזיל אין איראן, אויף דער טענה אז מ'רדיפט זיי צוליב זייער אמונה.
אין 2019, איז א מאנשאפט פון דער פראגראם "עובדה" אנגעקומען קיין גוואַטעמאַלע, צו פילמירן א רעפארטאזש איבער דער כת, וואס האט זיך קאנצענטרירט אויף ישראל עמיר, דעמאלט א 19־יעריגער. זיינע עלטערן זענען געווארן בעלי תשובה און האבן זיך צוגעשלאסן צו לב טהור מיט זייערע זיבן קינדער. ישראל האט חתונה געהאט אלס 17 יעריגער מיט א 15-יעריג מיידל, און זיי האבן געהאט א קינד. ער האט געמאכט א קאנטאקט פון גוואַטעמאַלע מיט זיין פעטער און מומע אין ארץ ישראל, וואס זענען געפלויגן מיט דער פראגראם-מאנשאפט און צום סוף איז זיי געלונגען אים אהיימצוברענגען קיין ארץ ישראל. ביי די פילמירונגען, האבן די מיטגלידער פון דער כת געקידנעפט ישראל'ס פעטער און דעם קאמעראמאן, זיי אריינגעברענגט אין דעם קאמפלעקס פון דער כת און זיי געשלאגן און געווארפן אויף זיי שטיינער. זיי זענען באפרייט געווארן נאך עטליכע שעה דורך דער לאקאלער פאליציי.
דעם 29סטן מערץ 2021, האט די פאליציי אין גוואַטעמאַלע נאכאמאל אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת, כדי צו ארעסטירן דריי פון זייערע מיטגלידער און זיי אויסצוליפערן קיין אמעריקע. איינער פון זיי איז דארט ארעסטירט געווארן. אין יולי 2021 האט די פאליציי פון גוואַטעמאַלע אריינגעפאלן אין דעם קאמפלעקס פון דער כת, אינאיינעם מיט דער FBI און אינטערפאל, און האבן ארעסטירט די צוויי ברידער, יואל און שמואל וויינגארטן. מען האט זיי באשולדיגט צווישן אנדערעס אין קידנעפן קינדער.
הנהגות און דעות
דער גרינדער פון דער כת, ארז שלמה הלברנץ, האט אין זיינע יונגע יארן אנגענומען א גאר שטרענגע און קנאישע שיטה פונעם סאטמארן חסידות. ער האט געהאלטן, אז עס שוועבט א סכנה אויף כלל ישראל ווייל מען האט עובר געווען אויף די "דריי שבועות" ביי דער גרינדונג פון דער מדינה, און אויך צוליב אנדערע עבירות. ער האט געהאלטן, אז "שנאת הרשעים" מחייב א גאנצע הפרדה צווישן פרומע און חילונים, און אריינגערעכנט אז בעלי תשובה מוזן איבעררייסן די קשרים מיט זייערע פרייע עלטערן. דעריבער זענען געווען אסאך מחלוקות ארום זיין ישיבה.
די מענטשן פון דער קהילה האבן זיך אנגענומען מיט עקסטרעמע הנהגות וואס איז נישט געווענליך ביים חרדישן ציבור. למשל, מיידלעך פון דריי יאר און העכער האבן געמוזט אנגיין מיט א שלייער וואס האט באדעקט דעם גאנצן קערפער, חוץ די אויגן אדער דאס פנים. אויסער דעם, האט די כת פארלאנגט א פטלע צעטיילונג צווישן מענער און פרויען, אפילו אין שטוב, און אפילו ביי מאן און ווייב. חוקרים וואס קענען דעם ענין האבן דערציילט, אז די ווייבער האבן נישט געטארט רעדן צו זייערע מענער ווען זיי קומען אהיים, נאר האבן געמוזט קלאפן מיט די פוס און מאכן א רעש. דער מאן האט געמוזט רעדן צו איר דורך א פארהאנג, ווייל לכאורה האבן זיי נישט געטארט זיין צוזאמען אין איין שטוב.
יעדער איינער אין דער כת האט געמוזט אריינגעבן א וואכנדיגע דין־וחשבון אויף יעדן איינצלנעם פרט אין זיין לעבן. דער באריכט האט איינגעשלאסן ווען מען איז אויפגעשטאנען, וואס מען האט געגעסן, צי מען האט געדאווענט, און אויב מען האט געמאכט א הפסקה אינמיטן דאווענען, האט מען געמוזט שרייבן ווי לאנג. מען האט אויך געמוזט שרייבן ווען מען איז געגאנגען אין בית הכסא און יעדער אנדערע זאך וואס מען האט געטון אין טאג.
אויסער דעם, האט יעדער איינער געמוזט אונטערשרייבן אז ער האט גענומען די וויטאמינען וואס מען האט אים באשטימט. די וויטאמינען האט מען געגעבן לויט פסיכאלאגישע דיאגנאזן וואס דער אדמו"ר האט אליין געגעבן, למשל "פסיכאפאטיע" אדער אן אנדערע דיאגנאז.
אויך האבן די מיטגלידער געמוזט לעבן אין זייער שווערע תנאים, אסאך מאל אין פראוויזארישע הייזער אין ווייטע דערפער. דאקומענטן צייגן אז די קינדער האבן געליטן פון הונגער און האבן געהאט אן ערנסטן מאנגל פון מעדיצינישע הילף.
חתונות וואס מ'האט געצוואונגען זענען געווען א נארמאלער זאך אין דער כת. די פירער האבן באשלאסן ווער מיט וועמען זאל חתונה האבן, אריינגערעכנט קינדער פון 12-14 יאר וואס מען האט געצוואונגען צו חתונה האבן מיט ערוואקסענע, טייל פון זיי עלטערע פירער אין דער כת. די חתונות זענען געווען מיט שווערע נפשי'דיגע דרוקן. מיטגלידער וואס האבן זיך אפגעזאגט צו פאלגן די באפעלן, האבן באקומען שווערע שטראפן, ווי למשל זיי האבן זיי אפגעזונדערט פון אלעמען, נישט געגעבן זיי קיין עסן, און זיי געשלאגן.
די כת איז געווען באקאנט דערמיט וואס זיי האבן געשיידט קינדער פון זייערע עלטערן, בכדי זיי זאלן זיין מער אפהענגיג אויף די פירער. די קינדער זענען אויפגעוואקסן אין א באזונדערע גרופע, מיט כמעט נישט קיין שייכות צו די עלטערן. די כסדר'דיגע נסיעות פון די כת פון איין לאנד צום צווייטן איז געווען כדי די געזעץ באאמטע און די פאמיליעס זאלן נישט קענען ראטעווען זייערע געליבטע.
אונטער דער פירערשאפט פון נחמן הלברנץ, איז די כת געווארן נאך מער עקסטרעם. ער האט פארבאטן זיינע מענטשן צו עסן פלייש, פיש און עופות. פונקט ווי זיין טאטע, באשטימט ער וועגן חתונות און גט'ן אין דער קהילה. קינדער זענען געווארן נאך מער אפגעשיידט פון זייערע עלטערן, און די צוואנג חתונות זענען געווארן נאך ערגער. די קהילה האט אויך איינגעפירט עפנטליכעשלעק אלס שטראף.
אין יאר 2020 איז ארויסגעקומען א באריכט אז די מענטשן אין דער גרופע האבן מורא געהאט פון אן "ישראל'דיגער אקציע צו קידנעפן די קינדער", און דערפאר האבן די פירער באפוילן אז אויב דאס וועט פאסירן, זאל יעדער פאטער פון הויז הרגענען זיינע קינדער און משפחה.
קאנטראווערסיעס
לב טהור איז ווייט פארדאמט געווארן פאר קינדער זידלונג, מוח וואשונג, דראגס באנוץ, און געצווינגענע חתונה'ס. קריטיקער נעמען אריין געוועזענע מיטגלידער, פאמיליעס, רבנים, און געזעץ פארסירונג אויטאריטעטן. די גרופע איז באצייכנט געווארן אלס די "אידישע טאליבאן" אין די פּרעסע. זיי האבן זיך אנגעשטויסן אין קינדער שוץ אויספארשונגען אין קאנאדע און רעידס אין גואטעמאלע. מיטגלידער זענען ארעסטירט און פאראורטיילט געווארן פאר פארברעכנס אריינגערעכנט קידנעפּינג און קינדער אויסנוץ. אין 2013, האבן קאנאדישע אויטאריטעטן אויסגעפארשט די גרופּע צוליב נישט רעגיסטרירטע קינדער און זארגן איבער זייערע לעבענס באדינגונגען. אין אפריל 2013 האבן די פירער פון לב טהור אנטוויקלט א פלאן אויב די אויטאריטעטן וועלן אנהייבן אקציעס צו ארעסטירן די קינדער. אין אוגוסט יענע יאר האבן 21 קינדער-סערוויס ארבעטער אנגעהויבן קלאפן אויף טירן און האבן געפונען אומריינע הייזער מיט 4-5 קינדער וואס שלאפן אין איין שלאף-צימער, מאטראצן אנגעזאפּט מיט אורין, און קינדער מיט פאנגוס אויף די פיס. אין דעצעמבער 2024 האבן גואטעמאלישע אויטאריטעטן דורכגעפירט א רעיד אויף איינע פון זייערע פלעצער און ארויסגענומען 160 מינדעריעריגע נאך קלאגעס פון קינדער זידלונג און מענטשן האנדל.
דאקומענטארן
לב טהור איז געווען דער טעמע פון עטליכע דאקומענטארן, אריינגערעכנט א צוויי טייל סעריע אויף דער מדינת-ישראל'דיגער פראגראם True Face אין נאוועמבער 2012. Global News האט געוויזן א דאקומענטאר איבער לב טהור אין פעברואר 2014 אלס טייל פון 16×9. The Fifth Estate האט געדעקט לב טהור אין א שעה לאנגע פראגראם.