באַניצער:רושם רשימות/מה יפית
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
| ||
| דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל | |
מַה יָּפִית איז א פיוט וואס ווערט געזינגען אין אשכנזישע קהילות צווישן די זמירות פון פרייטאג צונאכטס סעודה, פארפאסט דורך רבי מרדכי בר יצחק.
דער אייגנארטיגן ניגון וואס באגלייט דעם זמר איז באקאנט געווען פאר די פריצים, וואס פלעגן הייסן די אידן טאנצן א ספעציעלן "מאיופעס" טאנץ, און איז טראנספארמירט אין א קאריקאטור פון מוזיקאלישן "אידישקייט". שפעטער האבן עס די משכילים גענוצן אפצו'חוזק'ן פון די אידן וואס זיי האבן באצייכנט אלס "פאנאטיש".
פארפאסונג
עס איז נישט באקאנט קיין אינצעלהייטן איבער דעם מחבר פונעם פיוט, אויסער זיין נאמען וואס איז פארצייכנט אינעם אקראסטיך. דער ערשטער מאל עס איז געדריקט געווארן איז אינעם זמירות פון פראג אין יאר ער"ה. עס זענען פארהאן פארשידענע השערות צאמצושטעלן מיטן מחבר. צווישן זיי... עס זענען דא וואס שטעלן צוזאם מיטן פיוט "מעוז צור" וואס פארמאגן אויך זעלטענע קונסטליכע גראמען, און פארצייכענען דעם אקראסטיך "מרדכי".
אויסשטעל
די גראמען פונעם פיוט "מה יפית", זענען אויסעגשטעלט גאר אייגנארטיג און קאמפליצירט, א זאך וואס האט כמעט נישט קיין ביישפילן אין די אידישע פיוטים.
דער פיוט באשטייט פון אכט געטריפלטע סטראפן, וואס פארצייכענען אינעם אקראסטיך דעם דעם נאמען פון מחבר "מרדכי ב"ר יצחק חזק". יעדער סטראף איז צעטיילט אין דריי קלענערע סטראפן פון פיר פערזן; דער ערשטער פערז פון 9 זילבעס, די מיטלסטע צוויי פון 6 זילבעס, און דער לעצטער פון פיר[א].
יעדער פון די גרעסערע סטראפן פארמאגט די זעלבע סיסטעם פון גראמען; די ערשטע צוויי קלענערע סטראפן האבן צום ערשט דריי פערזן וואס גראמען צווישן זיך, און א פערטער פערז וואס גראמט מיט'ן אנדערן סטראף; און ביים דריטן קלענערן סטראף, גראמט דער ערשטער פערז מיטן לעצטן, און די צוויי מיטלסטע צווישן זיך (א,א,א,ג; ד,ד,ד,ג; ה,ו,ו,ה).
אויסער דעם פארמאגט די ערשטע שורה - וואס איז לענגער - ביי רוב סטראפן א קורצער גראמל ביים אנהויב.
אינהאלט
מה יפית ברענגט ארויס דעם שיינקייט פונעם שבת,
מה יפית
|
|---|
|
מַה יָּפִית, וּמַה נָּעַמְתְּ, אַהֲבָה בְּתַעֲנוּגִים |
כוחה של מלה, נולמן, ישראל לייב, ירושלים, תשנ"ה
603404
עמוד 70
Ma Yafit : the intriguing fate of the Sabbath table hymn. Macy Nulman Journal of Jewish music and liturgy, 1976, June, vol. I, no. 1 PP. 8-21
לחם רב השלם, אות א'תקפד בשם אא"ז הגאון, אודות דייקנות החרוזים...
מחברו מרדכי ב"ר יצחק מוזכר בלקט יושר
משקלו ט' תנועות בחלק הראשון של כל חרוז ושני חלקים אמצעים של כל חרוז בעלי ו' תנועות והאחרון בעל ד' תנועות
שו"ר בס' דרכי חיים על הל' אבלות סי ח' שאבל אסור לומר זמירות של שבת על שדלחנו אבל בהשמטות שם מביא מס' שלשה ספרים נפתחים פי' על ומירות שבת ששיר מה יפית ומה נעמת חיבר רבינו מרדכי בר"י הזקן המובא בתוס' בעת שמת לו בנו בליל שבת ושאומרים שכשאמר חרוז חי זקוף מך זקף כנו המת את ראשו הרי שאף שבשבת שבתוך השבעה זמר זמירות של שבת אמנם אולי לא אמרו בניגון דרך שמחה מיהו יש לדחות לפי משמעות הדברים דשם היתה עודנה לפני הקבורה
https://polishmusic.usc.edu/research/publications/polish-music-journal/vol6no1/majufes/
ביאורים
- ↑ א גאנצער יתד ווערט גערעכנט פאר איין תנועה.